דער צענטער א״נ פֿון מאַקס ווײַנרײַך בײַם ייִוואָ, בשותּפֿות מיטן באַרד־קאָלעדזש וועט דעם ווינטער ווידער אָפּהאַלטן אַ סעריע אַוואַנסירטע קורסן וועגן דער אַשכּנזישער קולטור. די אינטענסיווע קלאַסן וועלן זיך טרעפֿן פֿונעם 6טן ביזן 23סטן יאַנואַר. צווישן די קלאַסן געפֿינט מען „אַן אַרײַנפֿיר צו אַשכּנז: יסודות פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע‟, (ד״ר שמואל קאַסאָוו, טריניטי קאַלעדזש); „חיים גראַדע און די וועלט פֿון די ליטוואַקעס‟ (ד״ר קורט לעוויאַנט); „דאָס ייִדישע ליטעראַרישע לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד‟ (ד״ר גענאַדי עסטרײַך, ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט); „געשיכטע, זכּרון, און נאָסטאַלגיע: פּוילישע ייִדן אין קינאָ‟ (ד״ר מאַגדאַ טעטער, וועזליִען אוניווערסיטעט); „פֿרויען און מאַמע־לשון: רעוואָלוציע אין ייִדיש-ליטעראַטור און לעבן‟ (ד״ר אַגניעשקאַ לעגוטקאָ, קאָלומביאַ אוניווערסיטעט), און „די אַשכּנזישע מוזיק און טענץ‟ (ד״ר דמיטרי [זיסל] סלעפּאָוויטש). מ‘קען זיך שוין פֿאַרשרײַבן אין די קלאַסן, וואָס וועלן פֿאָרקומען בײַם ייִוואָ. ד״ר לעגוטקאָס קלאַס וועט געהאַלטן ווערן אויף ייִדיש; די אַנדערע קלאַסן — אויף ענגליש. ווײַטערדיקע פּרטים קען מען געפֿינען בײַ //www.dernayerdor.com/yivo/winterprogram/bios.cfm
די ייִדישע סעקציע פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק „דורות‟ אָרגאַניזירט אַ פֿײַערלעכן אָוונט לכּבֿוד דעם ייִדישן טעאַטער, און בפֿרט די פּיעסעס, וועלכע געפֿינען זיך אין דער טעאַטער־קאָלעקציע פֿון דער ביבליאָטעק. דער ספּעקטיקאַל, אונטערן נאָמען „דאָס ייִדישע האַרץ: אַן אָוונט פֿון ייִדישער מוזיק און דראַמע‟ וועט פֿאָרקומען דעם 6טן נאָוועמבער, 7 אַזייגער אין אָוונט. אין דער פּראָגראַם וועלן אָנטיילנעמען, צווישן אַנדערע: שיין בייקער, פֿרענק לאָנדאָן, דוד מאַנדלבוים, זלמן מלאָטעק, עלינאָר ריסאַ, מרים חיה־סיגעל, לאָרין סקלאַמבערג און חיים וואָלף. דער ספּעקטיקאַל איז שוין אויספֿאַרקויפֿט.
פֿון דעם 16טן ביזן 28סטן פֿעברואַר 2014 וועט פֿאָרקומען אין ירושלים דער צווייטער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־ווינטערקורס בײַ בית־בן יהודה. די פּראָגראַם איז אָרגאַניזירט בשותפֿות מיט „בית-שלום-עליכם‟ און מיט „יונג ייִדיש‟ און נעמט אַרײַן סײַ לעקציעס פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור און סײַ אַ טור פֿון ירושלים, מיט קאָנצערטן. מ‘קען זיך איצט פֿאַרשרײַבן אויפֿן קורס און אויף סטיפּענדיעס, וואָס דעקן די קאָסטן פֿון די סטודענטן. ווײַטערדיקע פּרטים קען מען געפֿינען בײַ //www.beit-ben-yehuda.org/yiddish-course/
דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, פּרובירט איצט צו זאַמלען $100,000 דאָלאַר, כּדי צו שטיצן נײַע איניציאַטיוון מכּוח דער איבערזעצונג פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף ענגליש. לויט אַ בריוו פֿון אַהרן לאַנסקי, פּרעזידענט פֿונעם ביכער־צענטער געשיקט צו די מיטגלידער פֿונעם צענטער, וועט מען אָנשטעלן ד״ר שמואַל קאַסאָוו פֿון טריניטי־קאָלעדזש צו איבערזעצן די זכרונות פֿון רחל אויערבאַך. צווישן אַנדערע פּראָיעקטן וועט מען אין גיכן פֿאַרעפֿנטלעכן אַ נײַע קאָלאַבאָראַטיוו וועבזײַטל פֿאַר איבערזעצערס, וואָס וועט הייסן Taytsh (טײַטש). דורכן וועבזײַטל וועט מען קענען צוזאַמענאַרבעטן אויף פֿאַרשידענע איבערזעצונגען, און בעטן הילף צו דערקלערן זעלטענע ווערטער אָדער דעם באַטײַט פֿון אַן אידיאָם. אינעם וועבזײַטל וועט מען אויך קענען זיך באַנוצן מיט אַ ליסטע פֿון ביכער און מעשׂיות, וועלכע זענען שוין איבערגעזעצט געוואָרן.
דער ייִדישער ביכער־צענטער וועט דאָס קומענדיקע יאָר ווידער אָפּנעמען פּראַקטיקאַנטן פֿון ייִדישע איבערזעצערס. זיי וועלן באַקומען אַ סובווענץ פֿון $5000 דאָלאַר און אָנטיילנעמען אין וואַרשטאַטן און אַוואַנסירטע קלאַסן פֿון איבערזעצונג, געלערנט פֿון עקספּערטן אין דעם געביט. יעדער פּראַקטיקאַנט וועט אויך צוזאַמענאַרבעטן מיט אַן אַקאַדעמישן בעל־יועץ, וועמען דער צענטער וועט אויסקלײַבן, כּדי ער אָדער זי זאָל זײַן ספּעציעל צוגעפּאַסט צום פּראַקטיקאַנטס פּראָיעקט. מע מוז אַרײַנשיקן אַלע אַפּליקאַציעס פֿונעם פּראַקטיקאַנט ביזן 15טן נאָוועמבער.
פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: //www.yiddishbookcenter.org/blog/13/09/yiddish-book-center-accepting-applications-its-2014-translation-fellowship-program
דער דירעקטאָר פֿון „ייִדישקייט־לאָס אַנדזשעלעס‟, ראָבערט פּעקעראַר, האָט דעם 24סטן אָקטאָבער גערעדט וועגן דעם „העליקס־פּראָיעקט‟ בײַ Jewish Learning Works, אַ ייִדישע ביבליאָטעק אין סאַן־פֿראַנציסקאָ. דער רעפֿעראַט איז פֿאָרגעקומען אין שײַכות מיט אַ פֿאָרשטעלונג פֿון בילדער, וואָס די אָנטיילנעמער אין דער פּראָגראַם האָבן אַליין געמאַכט בשעת זייער רײַזע איבער מיזרח־אייראָפּע. די שעפֿערישע פֿאָטאָגראַפֿיעס ווערן באַוויזן אין פֿאַרשידענע שטעט ווי אַ וואַנדערנדיקע אויסשטעלונג. די בילדער שילדערן די איבערלעבענישן און אײַנדרוקן פֿון די יונגע סטודענטן, וועלכע זענען געפֿאָרן קיין מיזרח־אייראָפּע, ווי אַ טייל פֿונעם „העליקס־פּראָיעקט‟, כּדי זיך צו דערוויסן וועגן דעם אַמאָליקן ייִדיש־קולטורעלן לעבן וואָס האָט דאָרטן געבליט.
דעם 13סטן נאָוועמבער, 7:30 אין אָוונט, וועט זיך טרעפֿן דער ייִדישער שרײַבקרײַז אין ניו־יאָרק, בײַ דער סינאָגאָגע „אנשי חסד‟ אויף מערבֿ 100ער גאַס. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט Cnydorf@aol.com
דעם 11טן נאָוועמבער, 5 אַזייגער נאָכמיטאָג, פֿון יצחק אַלפּערט, אַ לעקציע בײַ דער „ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט‟ אין ירושלים (שלום עליכם 10), וועגן דער געשיכטע פֿון דער שטאָט אין די מלחמה־יאָרן. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט אָן: 6712218־02
דעם 11טן נאָוועמבער, 5 אַזייגער נאָכמיטאָג, בײַ דער „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש‟ אין הדרה, וועט לייב כאַרקאַווער האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן איסלאַמישע ראַדיקאַלן. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאָציע קלינגט אָן: 04-622-6943
דעם 13טן נאָוועמבער, 11.30 נאָכמיטאָג בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, וועט ד״ר בער קאָטלערמאַן האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן ייִדיש אין יאַפּאַן. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט brtavoda@netvision.net.il
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.