ווען מײַן פֿאָריקער אַרטיקל וועגן פֿאַרשיידנאַרטיקע וואַריאַנטן און אָפּטײַטשן פֿון חב״ד־חסידות איז אַרויס, האָט איינער אַ לייענער, וועלכער האָט זיך אונטערגעשריבן מיטן טשיקאַוון צונעמעניש „ויואל משה יחי‟, געטענהט, אַז איך האָב ליב נוצן דאָס וואָרט „עזאָטערישע‟ און געבעטן: „ביטע שרײַבט ייִדיש, נישט רוסיש‟. דאָס צונעמעניש איז טאַקע טשיקאַווע, ווײַל „יחי‟ איז דער לאָזונג פֿון די ליובאַוויטשער משיחיסטן, און „ויואל משה‟ איז דער באַרימטער אַנטי־ציוניסטישער סאַטמאַרער ספֿר. זעלטן טרעפֿט מען הײַנט אַ קאָמבינאַציע פֿון אָט־די צוויי זאַכן.
מילא, האָב איך געענטפֿערט, אַז „עזאָטעריש‟ האָט גאָרנישט צו טאָן מיט רוסיש. ס׳איז אַן אינטערנאַציאָנאַל וואָרט, וואָס שטאַמט פֿון אַלט־גריכיש. אַפֿילו דער סאַטמאַרער רבי באַנוצט זיך אינעם דערמאָנטן ספֿר מיטן גריכישן וואָרט „דעמאָקראַציע‟. ער דערקלערט דאָרטן, אַז די אַלגעמיינע פֿאָלקס־מאַכט קאָן זײַן אַ מיצווה פֿאַר נישט־ייִדן, אָבער די אידעע פֿון אַ ספּעציפֿיש ייִדישער דעמאָקראַטישער מלוכה קומט אין טיפֿע סתּירות מיט דער תּורה.
אַגבֿ, „דעמאָקראַציע‟ איז נישט עם־הארצות, נאָר אַן אַלט גוט ייִדיש וואָרט. אין די יאָרן 1912—1913, האָט דער שרײַבער־קלאַסיקער יצחק־לייבוש פּרץ געפֿירט אין דער וואַרשעווער טאָג־צײַטונג „הײַנט‟ דעם פּאָפּולערן קאָלום „אין מײַן ווינקעלע‟. דאָרטן דערמאָנט ער „נאַראָדאָווע דעמאָקראַציע‟. אָט דאָס שטאַמט טאַקע נישט פֿון רוסיש, נאָר גיכער פֿון פּויליש. אויף ביידע שפּראַכן מיינט „נאַראָד‟ דאָס פֿאָלק.
דער אויסקלײַב פֿון טערמינאָלאָגיע ברענגט צומאָל צו אינטערעסאַנטע קשיאות. דאָס מערבֿדיקע וואָרט „עזאָטערישקייט‟ איז דער טײַטש סודות אָדער פּנימיות. אויף די ענגלישע ליובאַוויטשער וועבזײַטן ווערט דער באַגריף „פּנימיות־התּורה‟ אָפֿט אָפּגעטײַטש ווי „esoteric‟. איז עס כּדאַי צו באַנוצן זיך מיט אַזעלכע ווערטער אויף ייִדיש? ס׳ווענדט זיך אינעם סטיל און קאָנטעקסט. אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווערט ברייט באַנוצט אי די לשון־קודשדיקע און תּרגומישע, אי די גריכישע און לאַטײַנישע טערמינאָלאָגיע.
אַז מע רעדט שוין וועגן קאָמבינאַציעס פֿון ליובאַוויטש און סאַטמאַר, איז כּדאַי צו דערמאָנען אַ באַלערנדיקע פֿיגור — הרבֿ פּרץ־אוריאל צימער. ער איז געווען אַ געטרײַער ליובאַוויטשער חסיד, גאַנץ נאָענט צום רבין. זײַענדיק אַ געניטער שרײַבער, פֿלעגט ער רעדאַגירן דעם רבינס שׂיחות אויף ייִדיש. אין דער זעלביקער צײַט, איז ער אויך געווען אַ שאַרפֿער נטורי־קרתּאניק, און האָט אָנגעשריבן — נאָך אַ פּערזענלעכער הוראה פֿונעם ליובאַוויטשן רבין — דעם אַנטי־ציוניסטישן פּאַמפֿלעט „יהדות התּורה והמדינה‟, וואָס בלײַבט פּאָפּולער אין דער דאָזיקער באַוועגונג.
אינעם יאָר 1961, איז צימער געשטאָרבן בײַ 40 יאָר פֿון אַ לאַנגער און שווערער קראַנקייט. זײַן אַלמנה האָט מיט צוויי יאָר נאָך זײַן טויט אַרויסגעגעבן אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם פּאַמפֿלעט.
פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער איז אינטערעסאַנט די סטיליסטיק פֿון דער דאָזיקער בראָשור, אין פֿאַרגלײַך מיט צימערס אַנדערע ווערק. דער מבחר איז געווען אַן אינטעליגענטער מענטש, זיך געלערנט אינעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט, געקענט אַ גאַנצע טוץ שפּראַכן, געאַרבעט ווי אַ קאָרעספּאָנדענט בײַ דער „יו־ען‟ און איז אַ סך אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט. אין זײַן אָריגינעלער בראָשור, אָנגעשריבן פֿון אָנהייב אויף ענגליש, באַנוצט ער זיך כּסדר מיט אינטערנאַציאָנאַלער טערמינאָלאָגיע, דערמאָנט פֿאַרשיידענע לענדער, לשונות און קולטורן. זײַן אַלמנה, רייזל צימער, האָט עס איבערגעזעצט אויף אַ גוטן ליטעראַרישן ייִדיש. נישט געקוקט אויף דעם פֿרומען טעם, וואָלט איר ליטעראַרישער סטיל געטויגט פֿאַר אַ פּאָליטישער פּאָלעמיק אין אַ בונדיסטישער צײַטונג.
צימער האָט געגלייבט אין דער שיטה, וואָס ווערט הײַנט אַסאָציִיִרט מיטן נאָמען פֿונעם אַמעריקאַנער אַנטראָפּאָלאָג־לינגוויסט עדוואַרד סאַפּיר — אַגבֿ, אויך אַ ייִדיש־רעדנדיקער ייִד פֿון מיזרח־אייראָפּע — אַז אין יעדער שפּראַך דריקט זיך אויס די אוניקאַלקייט פֿונעם פֿאָלק. „דאָס איז נישט קיין פּאָעטישע אָדער מיסטישע הנחה, נאָר אַ פּרינציפּ, וואָס איז אָנערקענט בײַ דער וויסנשאַפֿט פֿון לינגוויסטיק אין אַלגעמיין‟. דאָס איז די סיבה פֿון צימערס שאַרפֿע טענות קעגן דעם מאָדערנעם העברעיִש; ס׳איז פֿאַר אים אַ קינסטלעך־אויסגעטראַכטער גולם אָן אַ ייִדישער נשמה.
הגם צימער האָט געהאַלטן, אַז דער קלאַסישער לשון־קודש איז די עכטע „נשמה־שפּראַך‟ פֿון כּלל־ישׂראל און האָט נישט געשאַצט ייִדיש צו הויך, איז ער, למעשׂה, געווען אַ פּראָמינענטער ייִדיש־אַקטיוויסט, און האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם אויפֿקום פֿון דער הײַנטצײַטיקער פֿרומער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור. ער איז געווען איינער פֿון די ערשטע רעדאַקטאָרן פֿון דער סאַטמאַרער צײַטונג „דער ייִד‟, אָנגעשריבן צוויי ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון חסידות, און האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש די „תּניא‟ — דעם עיקר־ספֿר פֿון חסידות־חב״ד.
ס׳זעט אויס, אַז צימערס „תּניא‟ איז געווען אַ פּערזענלעכע לינגוויסטישע געניטונג פֿונעם זעלבן מין, ווי זײַנע לשון־קודשדיקע איבערזעצונגען פֿונעם טראַגיש־אומגעקומענעם האָלענדישן פּאָעט יעקבֿ־ישׂראל דע־האַאַן. ער מאַכט נאָך דעם לומדישן סטיל פֿון די ליובאַוויטשער רביים און מישט כּסדר אַרײַן לשון־קודשדיקע און אַראַמישע קבלה־אויסדרוקן, וואָס קאָנען פֿאַר אַ פּשוטן ייִדיש־רעדער קלינגען זײַן צו שווער צו פֿאַרשטיין. „דורך דער אַנטפּלעקונג פֿון דעם רצון העליון ברוך הוא, וואָס אַנטפּלעקט זיך למעלה דורך די התעוררות פֿון מטה‟; „אין דער בחינה פֿון חיבוק, וואָס דאָס איז דער קיום פֿון די מיצוות־מעשׂיות מיט די רמ״ח אבֿרים‟.
פֿאַקטיש, כּדי צו פֿאַרשטיין אַזאַ לשון, מוז מען מער־ווייניקער פֿאַרשטיין דעם אָריגינעלן לשון־קודש. דאָס איז, מסתּמא, די סיבה, פֿאַרוואָס הײַנט אין ליובאַוויטש איז די ייִדישע „תּניא‟ געוואָרן אַ יקר־המציאות. אַזאַ ייִדישיסטיש־לינגוויסטישע שאַפֿונג האָט ווייניק ווערט ווי אַ פּראַקטישע איבערזעצונג.
די חב״דניקעס זענען געווען פֿון אָנהייב אָן פּיאָנירן אינעם געביט פֿון אויסדריקן קאָמפּליצירטע חכמות אויף ייִדיש. למשל, אינעם ספֿר „מאה שערים‟ געפֿינט זיך אַ קורצער הסבר פֿונעם ערשטן חב״ד־רבין פֿאַרן חסיד משה ווילענקעס, וואָס מיינט גאָט, נשמה און אמונה. אינעם דאָזיקן קליינעם טעקסט, טרעט דער „אַלטער רבי‟ אויף ווי אַ טיפֿער פֿילאָסאָף־עקזיסטענציאַליסט. ער באַגייט זיך אָבער אינגאַנצן אָן די מערבֿדיקע אינטערנאַציאָנאַלע פֿילאָסאָפֿישע טערמינען. „הײַנו, ווער האָט אַ צעקאָך אין דעם ענין, אַז ער (גאָט) איז קלאָר פֿאַראַנען, און חוץ אים איז קיין זאַך ניט פֿאַראַנען, און אַז דאָס איז ער; אַ נשמה, ווײַל זי איז אַ חלק אלוקה ממעל, האָט זי אַ צעקאָך אין דעם ענין מאמין צו זײַן דערינען‟.
ווי אַ פֿאַרקערטן בײַשפּיל פֿון סטיליסטיק, קאָן מען דערמאָנען דעם באַרימטן ייִדישן רעוואָלוציאָנערן דענקער חיים זשיטלאָווסקי. הגם ער איז געווען באַקאַנט ווי אַ פּרינציפּיעל וועלטלעכער פֿילאָסאָף, איז ער דערצויגן געוואָרן אין אַ חב״ד־משפּחה. זײַן „גלות־נאַציאָנאַליזם‟ קלינגט גאַנץ ענלעך צום ליובאַוויטשער רוף „מאַכט דאָ ארץ־ישׂראל‟ — אַנטוויקלט דאָס אויטאָנאָמישע ייִדישע לעבן איבעראַל אויף דער וועלט.
דאָס איז ווײַט נישט דער איינציקער חב״ד־עלמענט אין זשיטלאָווקסיס מחשבֿות. אין זײַן צוויי־באַנדיק ווערק „די פֿילאָסאָפֿיע‟ דערקלערט ער, אַז הגם שפּינאָזעס פּאַנטעיִזם קאָן זײַן גאַנץ רעליגיעז און ייִדישלעך, איז די אַמסטערדאַמער ייִדישע קהילה געווען „געוויס גערעכט, וואָס זי האָט מחרים געוועזן ספּינאָזען‟, ווײַל ער האָט אָפּגעוואָרפֿן „יענע האָפֿענונג אויף אַן איבערנאַטירלעכן משיח‟. מיט די אַנדערע ווערטער, איז פּאַנטעיִזם כּשר, ווײַל ער שטימט אין אַ סך אַספּעקטן מיט חב״ד, אָבער נישט צו גלייבן אין אַן איבערמענטשלעכן משיח איז די ערגסטע כּפֿירה.
רעדנדיק וועגן שפּינאָזע, שטעלט זשיטלאָווסקי אַרײַן גאַנצע לאַטײַנישע אויסדרוקן: „מאָרע געאָמעטריקאָ‟, „דעוס סיוואַ נאַטוראַ‟, שוין אָפּגערעדט פֿון „מאָניזם‟ און דעם דײַטשמערישן „עמאַנאַציאָן‟. „די ייִדישע קבלה, וווּ גאָט און וועלט איז איין און די זעלביקע זאַך‟, שרײַבט דער סעקולאַריזירטער חב״דניק, „אי דשאָרדאַנאָ ברונאָ, וואָס איז געקומען צו דעם זעלביקן געדאַנק, אי די ייִדישע רעליגיאָנס־פֿילאָסאָפֿיע‟. דאָ ווילט זיך בעטן דעם מחבר: „שרײַבט ייִדיש, נישט דײַטש‟. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט זשיטלאָווסקי אַ ייִדישער קלאַסיקער, און פֿון זײַנע עקספּערימענטן מיט פֿילאָסאָפֿישער און מיסטישער טערמינאָלאָגיע קאָנען מיר אַ סך אָפּלערנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.