„יעדער ווייסט, אַז ייִדן קאָנטראָלירן די מעדיאַ, די באַנקען און בכלל אַלץ‟. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן אַן אַנומלטיקער לעבעדיקער מאָנאָלאָג פֿונעם קאָמיקער יודזשין (יעווגעני) מירמאַן. „האָט איר אָבער געוווּסט, אַז ווען איר גייט אויף אַ קאַרנאַוואַל, און איר מוזט זײַן גענוג הויך צו רײַטן אויף אַ פֿערד, קאָנטראָלירן די ייִדן די גענויע הייך?‟, דרשנט ער ווײַטער. „דאָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט סכּנת־נפֿשות; מיר, ייִדן, ווײַזן אויף אַזאַ אופֿן אַרויס אונדזערע סעמיטישע מוסקלען‟.
דער 39־יאָריקער מירמאַן האָט פֿאַרווײַלט דעם עולם אויף די קאָנצערטן פֿון אַ צאָל אומאָפּהענגיקע מוזיקאַלישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט „Modest Mouse‟ און „Arcade Fire‟. ער איז אויך אויפֿגעטראָטן אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „The Colbert Report‟. אַ סך פֿון מירמאַנס ראָלעס שפּילגען אָפּ זײַן אייגן לעבן. פֿון קינדווײַז אָן ביז הײַנט, האַלט ער זיך פֿאַר אַן עקסצענטרישן מענטש.
דער קאָמיקער איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע. ווי ער גיט איבער, האָט זײַן ייִדישע משפּחה געליטן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿון רדיפֿות. בײַ פֿיר יאָר, איז ער אַוועקגעפֿאָרן מיט זײַנע עלטערן אין לעקסינגטאָן, אַ פֿאָרשטאָט פֿון באָסטאָן.
ווען מירמאַן האָט זיך געלערנט אין שול, פֿלעגט ער אָפּטאָן פֿאַרשיידענע קאָמישע שפּיצלעך, צוליב וועלכע מע האָט אים איבערגעפֿירט אין אַ ספּעציעלן בילדונג־אַנשטאַלט. ווי ער האָט דערציילט דער ייִט״אַ, האָט ער ממש פֿײַנט געהאַט זיך לערנען אין שול. „איך בין זיכער, אַז ס׳איז דאָ אַ פּסיכיאַטרישער טערמין פֿאַר דעם, נאָר איך בין פּשוט געווען אַ טשודאַק‟.
שפּעטער האָט מירמאַן זיך באַקענט מיט די פֿילמען פֿון באַקאַנטע קאָמיקער און פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז זײַן לעבנס־באַרוף. אינעם העמפּשיר־קאָלעדזש, האָט ער אויסגעקליבן זײַן קומענדיקע פּראָפֿעסיע: קאָמעדיע. ווי אַ טייל פֿון זײַן קאָלעדזש־שטודיעס, האָט ער אָרגאַניזירט קאָמישע נאַכט־אויפֿטריטן און געפֿירט אַ הומאָריסטישע רובריק אין אַ סטודענטישער צײַטונג. זײַן דיפּלאָם־„טעזיס‟ איז געווען אַ 60־מינוטיקער אויפֿטריט, וועלכער האָט אים שפּעטער געהאָלפֿן אויסאַרבעטן אַן אייגענעם סטיל.
מירמאַנס עלטערן, באָריס און מאַרינאַ, זענען געווען צופֿרידן מיט זייער זונס ברירה. להיפּוך צו אַ סך אַנדערע אימיגראַנטן, האָבן זיי נישט געטראַכט, אַז ער מוז זיך אויסלערנען אַ „מער פּראַקטישע‟ פּראָפֿעסיע. „מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן מיך קיינמאָל נישט געצוווּנגען. זיי האָבן מיך געבראַכט אַהער, צוזאַמען מיט מײַן ברודער, כּדי מיר זאָלן אַליין אויסקלײַבן, וואָס צו טאָן‟.
מירמאַן איז אַ באַקאַנטער קאָמיקער. ער האָט אַרויסגעלאָזט פֿיר קאָמעדיע־אַלבאָמען, אַרײַנגערעכנט „En Garde, Society!‟ אויף צוויי דיסקן. איצט, וווינענדיק אין ברוקלין, פּלאַנירט ער אַ לאַנגע סעריע אויפֿטריט־טורן און אַנדערע פּראָיעקטן. למשל, אינעם יאָר 2009 האָט ער אַרויסגעגעבן זײַן בוך „The Will to Whatevs‟ („דאָס ווילן טאָן, וואָס ס׳איז אין דער קאָרט‟), וווּ ער גיט כּלערליי נאַרישע עצות. צווישן אַנדערן, רעקאָמענדירט ער די נײַע סעקרעטאַרשעס „זיך פֿאָרצושטעלן, אַז יעדן טאָג איז דאָ אַ מינהג מיטצוברענגען צו דער אַרבעט אַ קאָיאָט‟ (דעם אַמעריקאַנער מין וואָלף).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.