מאָנטיק, דעם 4טן נאָוועמבער 2013 איז אַוועק אין דער אייביקייט די וויכטיקע פֿאָרשערין, מבֿין און פֿאַרשפּרייטערין פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד, חנה מלאָטעק. זי איז געווען 91 יאָר אַלט. חנה מלאָטעק איז לאַנגע יאָרן געווען פֿאַרבונדן מיט צוויי ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס — דער ייִוואָ און דער „פֿאָרווערטס‟.
ביז אין איר טיפֿן עלטער איז חנה מלאָטעק געפֿאָרן אינעם ייִוואָ אין מאַנהעטן און צוזאַמענגעשטעלט די מוזיק־מאַטעריאַלן פֿונעם אַרכיוו, און קיינער אין דער געשיכטע, האָט אַזוי גוט זיך נישט אויסגעקענט אין די זאַמלונגען ווי זי. דערפֿאַר איז זי געווען אַזאַ וויכטיקער רעסורס — מען האָט צו איר געקלונגען און געקומען פֿון אַלע ווינקלען פֿון דער וועלט, אויסצוגעפֿינען וועגן לידער. מיט איר אײַזערנעם זכּרון און בקיאות האָט זי יעדן געקענט העלפֿן.
איך האָב מיט איר מיטגעאַרבעט אינעם ייִוואָ־אַרכיוו פֿינף יאָר, און געזען ווי כּלערליי מענטשן קומען אַרײַן אין אַרכיוו און פֿרעגן בײַ איר, אַזאַ האַרבע קשיא — „איך געדענק בלויז איין ייִדיש ליד פֿון מײַן מאַמען, און פֿון דעם ליד געדענק איך בלויז איין שורה. און, צום באַדויערן, פֿון דער איינער שירה, געדענק איך נאָר צוויי, דרײַ ווערטער…‟. ווען זיי האָבן אַרויסגערעדט די צוויי, דרײַ ווערטער, איז מען נישט געווען זיכער, צי מען רעדט אויף ייִדיש. מסתּמא וואָלט אַן אַנדערער, אַוועקגעמאַכט דעם נאָכפֿרעגער מיט דער האַנט, אָבער חנה, וואָס מע האָט אָנגערופֿן אין איין אַרטיקל „דער שערלאָק האָלמס פֿונעם ייִדישן ליד‟, האָט דעם ענין ערנסט גענומען, און זיך באַמיט צו געפֿינען דאָס ליד. זי האָט כּמעט אַלע מאָל געפֿונען וואָס מע האָט געזוכט. איך בין אויך געווען, מער ווי איין מאָל, אַזאַ נאָכפֿרעגער אויף זעלטענע לידער, און זי האָט געפֿונען מוסטערן פֿונעם ליד, נישט אין געדרוקטע ביכער, נאָר אין זאַמלונגען, וואָס זי האָט געהאַט באַאַרבעט מיט יאָרן פֿריִער.
חנה מלאָטעק האָט, צוזאַמען מיט רות רובין, צוריק אויפֿגעשטעלט דאָס פֿעלד פֿון פֿאָלקסליד־פֿאָרשונג נאָכן חורבן אין אַמעריקע. פֿאַר דער מלחמה, האָט די שטודיע געהאַלטן אין בליִען. „די ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע‟ האָט געזאַמלט מער מאַטעריאַלן — לידער, פֿאָלקס־מעשׂיות, וויצן, וכדומה — פֿון אַלע אַנדערע „ייִוואָ־קאָמיסיעס‟ און סעקציעס. דער געדאַנק צו זאַמלען פֿאָלקלאָר האָט אינספּירירט דאָס אָרגאַניזירן צענדליקער פֿאָלקלאָר־קרײַזן, מיט הונדערטער זאַמלער אין שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, פֿון דער גרינדונג פֿונעם ייִוואָ אין 1925 ביז 1939.
נאָך דער מלחמה, ווען דער ייִוואָ אין ניו־יאָרק האָט איבערגענומען די פּאָזיציע פֿונעם ווילנער ייִוואָ, האָט פֿאָלקלאָר נאָך אַ מאָל פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אין זײַן פֿאָרש־פּראָגראַם, און חנה מלאָטעק איז געוואָרן די נאָך־מלחמהדיקע קייט פֿונעם פֿאָלקלאָר־רינג. אין 1944 האָט זי אָנגעהויבן איר אַרבעט ווי מאַקס ווײַנרײַכס געהילף, און נאָך דעם ווי זי האָט זיך באַטייליקט אין זײַן פֿאָלקלאָר־סעמינאַר אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1948, האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר, און בפֿרט מיטן פֿאָלקסליד. מיט איר מאַן יוסף מלאָטעק, האָט זי זיך דאָרטן באַקענט.
אין אירע וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען וועגן ייִדישע באַלאַדעס און פֿאָלקסלידער זעט מען ווי טיף ס’איז געווען איר באַקאַנטשאַפֿט מיט די פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן. איר קענטעניש האָט געדעקט נישט בלויז פֿאָלקסלידער, נאָר אויך טעאַטער־לידער, קונסט־לידער און פּאָפּולערע לידער. צום גליק, האָט חנה מלאָטעק אויך געוואָלט פֿאַרשפּרייטן די אוצרות פֿונעם ייִדישן ליד צו אַ ברייטערן עולם, און דאָס האָט זי דערגרייכט דורך דרײַ בענד לידער, ווי אויך אין דער „פֿאָרווערטס‟־רובריק „פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע‟, געפֿירט בשותּפֿות מיט יאָסל מלאָטעק.
די דרײַ בענד לידער פֿון חנה און יאָסל מלאָטעק — „מיר טראָגן אַ געזאַנג‟, „פּערל פֿון ייִדישן ליד‟ און „לידער פֿון דור צו דור‟ — זענען קלאַסישע זאַמלונגען, וואָס קיין איין זינגער, ליבהאָבער, קרײַז, קלוב, ייִדישע קולטורעלע געזעלשאַפֿט, קען זיך נישט באַגיין. זיי האָבן זיך פֿאַרקויפֿט אין די טויזנטער עקזעמפּלאַרן, און שטאַרק געהאָלפֿן, אַז דער רעפּערטואַר פֿון ייִדישע לידער זאָל זיך צעוואַקסן. זיי נעמען אַרײַן סײַ די באַקאַנטסטע לידער, ווי אויך זעלטענע לידער פֿון פֿרײַנד און וואָס די „פֿאָרווערטס‟־לייענער האָבן אַמאָל אַרײַנגעשיקט.
די רובריק „פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע‟ האָט מען לאַנצירט אין 1970, און זי איז אין גיכן געוואָרן איינע פֿון די באַליבסטע אין דער צײַטונג. חנה מלאָטעקס וויסן האָט מען בפֿירוש געזען אינעם טייל פֿון דער רובריק „לייענער דערמאָנען זיך לידער‟, און במשך פֿון די יאָרן האָבן די מלאָטעקס טאַקע אַ סך „אַנטדעקט‟ — למשל, זיי האָבן געפֿונען, ווער עס זענען די מחברים פֿון לידער, וואָס זענען שוין לאַנג פֿאַררעכנט געוואָרן ווי „פֿאָלקסלידער‟.
ס’איז דאָ אַן אויסדרוק „ער קען מער אין זײַן שפּיץ פֿינגער ווי….‟, און אַזאַ ווערטל פֿאַלט מיר אײַן, ווען מע געזעגנט זיך מיט חנה מלאָטעקן. כאָטש זי האָט די וויכטיקסטע מוזיק־זאַמלונגען אויסגעסדרט אינעם ייִוואָ־אַרכיוו, איז דאָס וואָס איז געלעגן אין איר קאָפּ געווען צען מאָל וויכטיקער, און דאָס וועט מען שוין נישט צוריקבאַקומען. כּבֿוד איר אָנדענק! אַ ווידעאָ־אינטערוויו מיט חנה מלאָטעק, געפֿירט פֿון הענקוס נעצקי בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, קען מען זען דאָ:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.