אַ נײַע סתּירה מיט „יאָביק‟

Jobbik Party‘s Outrageous Statue

די נײַע סטאַטוע פֿון מיקלאָש האָרטי אין בודאַפּעשט
FERENC ISZA/AFP/Getty Images
די נײַע סטאַטוע פֿון מיקלאָש האָרטי אין בודאַפּעשט

פֿון רויטערס

Published November 05, 2013, issue of November 22, 2013.

דעם 3טן נאָוועמבער, האָט די אונגערישע עקסטרעם־רעכטע פּאַרטיי „יאָביק‟ אויפֿגעדעקט אין בודאַפּעסט אַ סטאַטוע פֿון מיקלאָש האָרטי, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן אַליאַנץ פֿון אונגערן מיט נאַצי־דײַטשלאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער סתּירותדיקער מאָנומענט האָט אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע פּראָטעסטן און זאָרגן וועגן אַנטיסעמיטיזם. בערך אַ טויזנט מענטשן זענען אַרויס אויף אַ דעמאָנסטראַציע קעגן דעם סטאַטוע. „יאָביק‟, די דריט־גרעסטע פּאַרטיי אין אונגערן, איז באַקאַנט מיט אירע אַנטיסעמיטישע טענדענצן. איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער עפֿענונג־צערעמאָנע פֿון דער סטאַטוע איז געווען דער פּאַרטיי־פֿירער מאַרטאָן דיאָנדיאָשי, וועלכער האָט דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר גערופֿן צונויפֿצושטעלן אַ ליסטע פֿון ייִדיש־שטאַמיקע מענטשן אינעם לאַנד; שפּעטער האָט ער זיך אַנטשולדיקט און געמאָלדן, אַז מע האָט אים „נישט ריכטיק פֿאַרשטאַנען‟.

אַנטאַל ראָגאַן, דער מעיאָר פֿון צענטראַל־בודאַפּעשט און דער פּאַרלאַמענט־פֿירער פֿון דער גרעסטער פּאַרטיי, „פֿידעס‟, האָט פֿאַרדאַמט די סטאַטוע און געמאָלדן, אַז זי שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּאָליטישע פּראָוואָקאַציע. אַזאַ מאָנומענט, ווי ער האָט דערקלערט, שאַפֿט אַ צו נעגאַטיוו בילד פֿונעם לאַנד און גיט די אייראָפּעיִשע לינקע אַ סיבה צו באַטראַכטן אונגערן ווי אַן אַנטיסעמיטיש אָרט.

דער גרויסער בראָנדזענער ביוסט פֿון האָרטי איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן בײַ די טויערן פֿון אַ קלויסטער אינעם צענטראַלן טייל פֿון בודאַפּעשט, גאַנץ נאָענט צו דעם פּאַרלאַמענט־בנין. בענצע קאָוואַטש — אַ 22־יאָריקער דעמאָנסטראַנט, וועלכער האָט אָנגעטאָן אַ געלן מגן־דוד ווי אַ סימן פֿון פּראָטעסט, האָט באַמערקט, אַז ס׳איז עקלדיק, וואָס דער פּאַרשוין, וועלכער טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר דעם נאַצי־רעזשים און דעם ייִדישן חורבן אין אונגערן, ווערט איצט מכובד מיט אַ מאָנומענט אין די הײַנטיקע פֿאַשיסטישע קרײַזן.

האָרטי האָט רעגירט אין אונגאַרן במשך פֿון 24 יאָר. אין די ערשטע יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט ער געשלאָסן דעם אַליאַנץ־אָפּמאַך מיט נאַצי־דײַטשלאַנד. אינעם יאָר 1944, ווען די נאַציס האָבן אָקופּירט דאָס לאַנד און דעפּאָרטירט די אָרטיקע 437,000 ייִדן במשך פֿון 56 טעג, איז האָרטי נאָך געבליבן אויף זײַן פּאָזיציע. בסך־הכּל, האָבן די נאַציס אומגעבראַכט מער ווי אַ האַלב מיליאָן אונגערישע ייִדן.

אין עקסטרעם־רעכטע קרײַזן ווערט האָרטי באַטראַכט ווי אַ העלד, וואָס האָט געראַטעוועט דאָס לאַנד פֿונעם קריזיס נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה; פֿאַר די לינקע איז ער אָבער אַ נאַצי־קאָלאָבאָראַטאָר. לאָראַנט העדעגוש, אַ פֿאָרשטייער פֿון „יאָביק‟, האָט געזאָזט „רויטערס‟ בעת דעם אויפֿדעקן די סטאַטוע, אַז ווי באַלד האָרטי איז נישט געווען צווישן די באַשולדיקטע אינעם נירנבערגער פּראָצעס, דאַרף מען אים נישט האַלטן פֿאַר אַ מלחמה־פֿאַרברעכער.

למעשׂה, האָבן די שטיצער פֿון האָרטי געשריגן אַנטיסעמיטישע און ראַסיסטישע לאָזונגען בעת דער צערעמאָניע. די אונגערישע רעגירונג זאָגט אָבער, אַז זי אָנערקענט די שרעקלעכע ראָלע, וואָס אונגערן האָט געשפּילט אינעם ייִדישן חורבן, און וועט נישט דערלאָזן קיין ראַסיסטישע און אַנטיסעמיטישע שׂינאה אינעם לאַנד, וווּ עס לעבט נאָך אַלץ איינע פֿון די עלטסטע און גרעסטע ייִדישע קהילות אין אייראָפּע.