עס וועט ניט זײַן קיין גוזמא צו זאָגן, אַז מיליאָנען פּאָר אויגן קוקן זיך לעצטנס צו צו די ענינים אין אוקראַיִנע און אַרום אוקראַיִנע. די ערשטע פֿראַגע וואָס קומט אויף איז: צי וועט טאַקע אוקראַיִנע אויסקלײַבן די ריכטונג, וועלכע פֿירט אין אייראָפּע און, ווי אַ פּועל-יוצא, מיינט עס אַ דערווײַטערונג פֿון רוסלאַנד? און די צווייטע פֿראַגע איז אַזאַ: וואָס וועט עס ברענגען די אוקראַיִנער?
וואָס שייך דער ערשטער פֿראַגע, איז דער ענטפֿער שוין, אַ פּנים, אַ קלאָרער. ניט געקוקט אויף אַלע סטראַשונקעס מצד רוסלאַנד, וועט אוקראַיִנע אָט-אָט אונטערשרײַבן די נייטיקע פּאַפּירן, וועלכע וועלן מאַכן דאָס לאַנד פֿאַר אַן אַסאָציִיִרטן מיטגליד פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. דאָס איז גאַנץ ווײַט פֿון אַ פֿולער מיטגלידערשאַפֿט, אָבער עקאָנאָמיש עפֿנט עס נײַע מעגלעכקייטן אין האַנדל, אינוועסטיציעס וכ’. געוויסע שוועריקייט שאַפֿט עס אויך. דאָס ברענגט מיט זיך אַ היפּשע איבערבויוּנג פֿון דער לעגאַלער סיסטעם, ווײַל אַנדערש וועט אייראָפּע ניט האָבן קיין מגע-ומעשׂה מיט אוקראַיִנע.
פֿאַר רוסלאַנד איז עס אַ געוואַלדיקער פֿאַרדראָס. ממש אַ שפּײַ אין פּנים. באַזונדערס נאָך דעם, ווי וולאַדימיר פּוטין און זײַן אַרום האָבן צוגעצויגן דעם הימל צו דער ערד, כּדי צו העלפֿן דעם איצטיקן פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע וויקטאָר יאַנוקאָוויטש קומען צו דער מאַכט, האַלטנדיק אים פֿאַר אַ פּראָ-רוסישן פּאָליטיקער. איצט אָבער נעמט דער דאָזיקער „גוטער פֿרײַנד‟ און לאַכט זיך אויס פֿון רוסלאַנד. נאָך מער: ער שרעקט זיך ניט פֿאַר רוסלאַנד, כאָטש מע האָט שוין געפּרוּווט פֿאַרשיידענע מיטלען אָנצוטרײַבן אַ פּחד אויף אים און זײַן רעגירונג.
געטאָן, און מע טוט עס ווײַטער, דער עיקר, דורך די עקאָנאָמישע קאַנאַלן. צו מאָל גייט די רייד וועגן אַ קלייניקייט, ממש אַ סימבאָלישן שטאָך. מע כאַפּט זיך, פּלוצעם, אַז עפּעס אַ פּראָדוקציע, למשל, זיסוואַרג, וואָס ווערט אויסגעאַרבעט אין אוקראַיִנע, ענטפֿערט ניט די געהעריקע רוסישע סאַניטאַרע תּקנות. ווען עס העלפֿן ניט אַזעלכע לאָקאַלע אָנגריפֿן, פּרוּווט מען נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל „אָנקוועטשן‟ אויף דעם שוואַכסטן אָרט, דהײַנו — גאַז. אָן דעם רוסישן גאַז קען אוקראַיִנע דערווײַל ניט לעבן. אמת, רוסלאַנד נייטיקט זיך אויך, לכל-הפּחות, אין אוקראַיִנע, כּדי צו ברענגען דעם רוסישן גאַז קיין אייראָפּע. פֿון ביידע זײַטן סטאַרעט מען זיך ווערן אומאָפּהענדיק איינער פֿון דעם אַנדערן: אוקראַיִנע אַנטוויקלט און זוכט אַנדערע ענערגיע־קוואַלן, און רוסלאַנד בויט אַלטערנאַטיווע דרכים פֿאַרן גאַז-עקספּאָרט. אָבער איצט איז דער ענערגיע־גט נאָך ניט פֿאַרענדיקט געוואָרן. דעם 27סטן אָקטאָבער האָבן פּוטין און יאַנוקאָוויטש פֿאַרבראַכט צוזאַמען פֿינף שעה, הינטער די פֿאַרמאַכטע טירן, און אָפֿיציעל ווייסט קיינער ניט ביזן הײַנטיקן טאָג, וועגן וואָס זיי האָבן דאָרטן (אין סאָטשי) געדברט. ס’איז קלאָר, אָבער, אַז קיין טאָלק איז פֿון דעם קאָנפֿידענטציאַלן שמועס ניט אַרויס, און אין דער אמתן האָט ניט געקענט זײַן, ווײַל דער שטראָם פֿון פּאָליטישן, געזעלשאַפֿטלעכן און עקאָנאָמישן לעבן אין אוקראַיִנע פֿירט די רעגירונג נאָר אין איין ריכטונג — אויף מערבֿ.
אַן אַנדער זאַך, אַז אוקראַיִנע וואָלט זיך ניט אָפּגעזאָגט פֿון אָפּצוהיטן גוטע באַציִונגען מיט רוסלאַנד, ניט פֿאַרמאַכן פֿאַר זיך דעם רוסישן מאַרק. ס’איז וויכטיק, אַז דווקא רוסלאַנד קויפֿט איצט דעם הויכטעכנאָלאָגישן טייל פֿון דעם אוקראַיִנישן עקספּאָרט, בעת אייראָפּע איז ווייניק פֿאַראינטערעסירט אין אַזאַ סחורה. אָבער רוסלאַנד טענהט (און שרעקט), אַז די עקאָנאָמישע גרענעץ צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע וועט מוזן ווערן אַ סך ערנסטער, ווײַל ווי אַן אַסאָציִיִרטער מיטגליד פֿון אייראָפּע, וועט אוקראַיִנע פֿאַרפֿלייצט ווערן מיט כּלערליי מינים ביליקער סחורה, און רוסלאַנד וועט דאַרפֿן זיך פֿאַרטיידיקן פֿון אַזאַ קאָנקורענץ.
אַלע פֿאַרשטייען, אַז דער אייראָפּעיִשער קער פֿון אוקראַיִנע מאַכט רוסלאַנד נאָך מער איזאָלירט פֿון אייראָפּע און פֿון מערבֿ בכלל. ווי אַ קאָשמאַר זעט מען אין רוסלאַנד אַ סצענאַר, לויט וועלכן אוקראַיִנע קען ווערן אויך אַ מיטגליד פֿון דעם מיליטערישן בלאָק „נאַטאָ‟. אָבער אַפֿילו אָן אַזאַ פּערספּעקטיוו, ווערט רויִנירט דער חלום פֿון פֿאַראייניקן די גרעסטע רעשטלעך פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. בלײַבט איצט רוסלאַנד, נעבעך, מיט ווײַסרוסלאַנד און קאַזאַכסטאַן, וועלכע בריקעווען זיך אויך פֿון צײַט צו צײַט. דערצו איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז אין אַ צײַט אַרום וועט ווײַסרוסלאַנד זיך אויך אַ קערעווע טאָן מערבֿ-צו, בעת קאַזאַכסטאַן קען אויסקלײַבן פֿאַר זיך די ריכטונג צו כינע.
הקיצור, די שטימונג איז בײַם רוסישן צד אַ זויערע און מע זוכט ווי צו נעמען נקמה פֿון אוקראַיִנע. די לעצטע גזירה איז אַזאַ: מע פֿאָדערט פֿון אוקראַיִנע אָפּצוצאָלן פֿאַר גאַז נאָך איידער מע קריגט עס. דעם תּנאַי האָט מען אַרויסגערוקט דווקא איצט, ווען עס רוקן זיך אָן די ווינטערדיקע פֿרעסט. אַ סבֿרא, אַז עס הייבט זיך אָן אַ נײַע גאַז-מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.