מיר ווייסן שוין דעם נאָמען פֿונעם פֿילם, וואָס האָט באַקומען דעם ערשטן פּריז אינעם הײַיאָריקן וואַרשעווער פֿעסטיוואַל פֿון פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס. דעם פּריז האָט באַקומען „אידאַ‟ — אַ שוואַרץ-ווײַסער פֿילם פֿונעם רעזשיסאָר פּאַוועל פּאַווליקאָווסקי. דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם קומט פֿאָר אין פּוילן אַן ערך פֿופֿצן יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אידאַ איז אַ יונגע פֿרוי, וואָס וויל ווערן אַ מאָנאַשקע. אַ יתומה, איז זי דערצויגן געוואָרן אין אַ מאָנאַסטיר. איידער זי וועט האָבן חתונה מיט יעזוסן, ווי עס טוען דאָס די מאָנאַשקעס, פֿאָדערט די אויבער-מאָנאַשקע פֿונעם מאָנאַסטיר, אַז די יונגע אידאַ זאָל באַקומען די הסכּמה פֿון איר משפּחה. צום ערשטן מאָל אין איר לעבן הערט זי, אַז זי האָט בכלל אַ משפּחה. איר גאַנצע משפּחה איז אַ מומע וואָס איז אַ ריכטער. ווײַזט זיך אויס, אַז די מומע איז אַ ייִדישקע. די מומע האָט געמאַכט אַ קליינע קאַריערע אינעם קאָמוניסטישן פּוילן, אָבער זי פּראָבירט צו פֿאַרגעסן די מוראדיקע געשעענישן פֿון דער מלחמה דורך סעקס און אַלקאָהאָל. קיין אמתע מענטשלעכע באַציִונגען מיט פּוילישע מענער קען זי נישט האָבן.
צום ערשטן מאָל אין איר לעבן דערוויסט זיך די יונגע אידאַ, אַז אירע טאַטע-מאַמע זענען געווען דאָרפֿס־ייִדן וואָס אַ שכן, אַ פּוילישער פּויער, האָט זיי עס צו ערשט באַהאַלטן, אָבער דערנאָך דערמאָרדעט. די מומע און די פּלימעניצע פֿאָרן אין דאָרף, וווּ דער פּויער וואָס וווינט איצט אין זייער הויז איז, סוף־כּל־סוף, זיך מודה, אַז ער האָט דערמאָרדעט אידאַס טאַטע-מאַמע. די מומע און די פּלימעניצע ווילן פֿון אים נאָר איין זאַך — ער זאָל אויסגראָבן דאָס געביין פֿון די דערמאָרדעטע, זיי זאָלן עס קענען ברענגען צו קבֿורה. אין אַ טיפּישער סצענע פֿון נאָכמלחמהדיקן ייִדישן לעבן אין פּוילן ברענגט אידאַ, די טאָכטער, איר טאַטן צום ייִדישן בית־עולם אין לובלין, און צלמט זיך פֿרום איבער אויף זײַן פֿרישן קבֿר.
דאָס באַגעגעניש מיט איר פּלימעניצע איז צו פּײַנלעך פֿאַר דער מומען, און זי נעמט זיך דאָס לעבן. נאָך אַ קליינער ליבע־געשיכטע באַשליסט אידאַ, אַז איר אָרט איז פֿאָרט אין קלויסטער.
די פּראָבלעם מיט „אידאַ‟, ווי מיט אַ סך אַנדערע קינסטלערישע ווערק סײַ אין טעאַטער און סײַ אין קינאָ אין הײַנטיקן פּוילן, איז דער גוייִשער צוגאַנג צו ייִדישע טעמעס. די העלדין פֿונעם פֿילם איז טאַקע אַ ייִדישקע, אָבער דער פֿילם איז טיף קאַטויליש. אין דער קריסטלעכער אמונה איז דאָס אָרט פֿון ייִדן בלויז אין טויט אָדער אין אַ טויט לעבן, ווי ס‘ווערט געוויזן אינעם פֿילם, וווּ אַ יונגע ייִדישע פֿרוי ווידמעט זיך צו יעזוסן און האָט נישט קיין קינדער. קינדער — מיינט המשך, און ייִדן קענען נישט האָבן קיין אייגענעם המשך, ווײַל דער המשך פֿון ייִדנטום איז קריסטנטום.
פֿאַר אַ סך קריסטן איז דער חורבן אַן איבערחזרונג פֿון יעזוסן און זײַנע ליידן, אַ מין צווייטע „וויִאַ דאָלאָראָזאַ‟. יעזוס איז דאָס מאָל נישט קיין איין ייִד, נאָר דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק. דער חורבן איז אַ מין צווייטע „וויִאַ דאָלאָראָזאַ‟.
פֿון איין זײַט, איז דער דאָזיקער צוגאַנג זייער אַ שיינער. לויט דער דאָזיקער השקפֿה זענען די ייִדן נישט אומגעבראַכט געוואָרן, ווײַל זיי זײַנען שלעכטע; נאָר פּונקט פֿאַרקערט — זיי זײַנען גוטע, אומשולדיקע קרבנות, ווי יעזוס אַליין.
ס’איז דאָ נאָר איין פּראָבלעם מיט דעם דאָזיקן, כּלומרשט פֿילאָסעמיטישן צוגאַנג צום חורבן; ער לאָזט אונדז נישט לעבן. די דאָזיקע כּלומרשט פֿילאָסעמיטישע גויים פֿרעגן אונדז נישט, צי מיר ווילן שטאַרבן פֿאַר דער מענטשהייט, פּונקט אַזוי ווי מען האָט נישט געפֿרעגט בײַ ייִדישע קינדער, צי זיי ווילן פֿאַרגאַזט ווערן.
הייסט עס, אַז פֿילמען, וווּ ייִדן שפּילן די הויפּט־ראָלע, זענען נישט דווקא ייִדישע אָדער פֿילמען וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדישער טעמאַטיק. לעצטנס, האָט מען געשפּילט אין וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער אַ פּיעסע וועגן קאָרטשאַק, וואָס פֿאָלגט אַן ענלעכן וועג; ער איז אויך אַ מין יעזוס, וואָס שטאַרבט פֿאַר אונדזערע זינד. דער העלד פֿון דער פּיעסע איז טאַקע אַ ייִד, צי איז עס אָבער אַ ייִדישע פּיעסע?
איך קען אַ גרויסע אינסטיטוציע, וווּ אַ ייִד שפּילט די הויפּט־ראָלע, פֿון דעסטוועגן איז דאָס נישט קיין ייִדישע אינסטיטוציע. דער ייִד הייסט יעזוס און די אינסטיטוציע הייסט די קאַטוילישע קירך.
***
גאָלדע טענצער, די באַוווּסטע אַקטריסע און די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער „פֿונדאַציע שלום‟ איז געשטאַנען הײַיאָר בראָש אַ קליינער גרופּע, וואָס האָט געבעטן בײַם עולם צושטײַער אויסצוהאַלטן דעם ייִדישן בית־עולם — אַזוי ווי מען איז נוהג הײַנט אין אַלע פּוילישע בית-עולמס.
דעם ערשטן נאָוועמבער איז געווען אין פּוילן דער אַזוי גערופֿענער „טאָג פֿון די טויטע‟. אַ מין מער ערנסטע ווערסיע פֿונעם אַמעריקאַנער „האַלאָויִן‟. אין פּוילן גייט מען נישט בלויז צו די קבֿרים פֿון טאַטע-מאַמע און קרובֿים, נאָר אויך צו די קבֿרים פֿון דיכטער און פּאָעטן, פּאָליטיקער און קינסטלער.
דער ייִדישער בית-עולם אין וואַרשע ווערט אויך באַזוכט פֿון ייִדן און נישט-ייִדן. נאָר אַ קליינער טייל פֿונעם בית-עולם דינט דער הײַנטיקער קליינער ייִדישער קהילה, און דאָרט קען מען טאַקע זען קינדער און קרובֿים פֿון די געשטאָרבענע וואָס קומען מיט זייערע משפּחות אויף קבֿר־אָבֿות. דעם בית־עולם באַזוכן אָבער אויך גרופּעס פֿון ייִדישע יוגנטלעכע פֿון ישׂראל און אַנדערע לענדער, וואָס זייער הויפּט־ציל אין פּוילן איז דער אוישוויץ־מוזיי. פֿון ייִדישער וואַרשע איז זייער ווייניק געבליבן. די שטאָט איז כּמעט אין גאַנצן חרובֿ געוואָרן דורך די דײַטשן. דער בית-עולם איז אַן אויסנאַם. דאָ קען מען האָבן כאָטש אַ באַגריף, ווי גרויס און פֿילפֿאַרביק איז אַ מאָל געווען דאָס לעבן אין דער וואַרשעווער קהילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.