משה רבינו, ייִדיש — היסטאָרישע פּאַראַלעלן

Moses and Yiddish — Historical Parallels


פֿון משה לעמסטער

Published November 06, 2013, issue of November 22, 2013.

ייִדיש איז די שפּראַך, אין וועלכער דאָס פֿאָלק האָט אַרײַנגעאָטעמט, אַרײַנגעגעבן, אַרײַנגעזונגען און אַרײַנגעוויינט זײַן נשמה! אין ייִדישן פֿאָלקלאָר, אין דער ייִדישער ליטעראַטור לעבט די נשמה פֿון אונדזערע ייִדן. די נשמה פֿון דעם גלות־ייִדן האָט תּמיד געטרוימט וועגן אַן אייגן לאַנד, געפֿילט אַ טיפֿע נאָסטאַלגיע נאָכן תּנכישן ישׂראל. ייִדיש, אַדאַנק די אוצרות זײַנע, אַדאַנק דער בילדערעשער רײַכקייט, איז געווען דער בעסטער לשון־מיטל אויף אויסצודריקן דעם דאָזיקן דורותדיקן טרוים. דאָס פֿאָלק האָט געזונגען:

אין מיטן וועג שטייט אַ בוים
און האָט זיך אײַנגעבויגן;
פֿאָרט איין ייִד קיין ארץ־ישׂראל
מיט פֿאַרוויינטע אויגן.
גאָט מײַן גאָט, גאָט מײַן גאָט!
לאָמיר דאַוונען מינחה, –
בשעת מיר וועלן פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל
וועט זײַן אַ גרויסע שׂמחה!

נאָך פֿריִער, אין ווײַטן 16טן י”ה, לייענען מיר אין אַ ראָמאַן אויף ייִדיש: „דאס מיר אל מוזן זוכה זײַן משיח צײַט צו דערלעבן, דער זאָל אונדז פֿירן קיין ירושלים… און זאָל אונז דאָס בית־המקדש ווידער בויען…‟. צי בײַ אַ ייִדישן מיטל־עלטער־פּאָעט: /‟…וואָרום זיך דאָס גלות נישט וויל שטויסן,// די גאולה זיך זאָ לאַנג פֿארציכט…‟

אין דער ייִדישער פּאָעזיע פֿונעם 19טן י”ה געפֿינען מיר שורות: „ווי לאַנג, אָ גאָט, וועלן מיר זײַן אין דער פֿרעמד,// פֿאַרשטויסן, פֿארוואָרפֿן פֿון אונדזער אייגענעם לאַנד…‟/ (משה־לייב ליליענבלום); צי: „צוויי טויזנט יאָר, אַ קליינינקייט צו זאָגן!//צוויי טויזנט יאָר געמאַטערט, געשלאָגן…‟/ (יהודה־לייב גאָרדאָן); אָדער: „כ’וואָלט זען דעם ירדן, דעם הייליקן טײַך,//ווי ער וויגט זיך אין זײַן בלויען בעט…‟/ (אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען). וועגן בענקשאַפֿט, נאָסטאַלגיע צום אַמאָליקן תּנכישן ישׂראל קאָן מען לייענען בײַ שלום־עליכמען, ווען ער דערציילט וועגן אַ ירושלימער ייִד, וואָס איז געקומען אין שטעטל און האָט גערעדט מיטן רבין פֿון חדר וועגן כּותל־מערבֿי:

„כּותל־מערבֿי!‟ האָט דער רבי געזאָגט צום ירושלים־ייִד. „כּותל־מערבֿי! אָט דאָס איז אונדז פֿאַרבליבן פֿון אונדזער גאַנצן בית־המיקדש, פֿון אונדזער גאַנצער מלוכה! כּותל־מערבֿי …‟ און דער רבי האָט זיך צעוויינט. ניט ווייניק איז אָנגעשריבן אין דער ייִדישער ליטעראַטור וועגן זאַמלען געלט פֿאַר ארץ־ישׂראל. בײַ אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשן איז דאָ אַ דערציילונג, „ייִדיש געלט‟, וועגן אַ ייִד, אַ בעל־חלומות, אַ שטיק טשודאַק. אַמאָל, טראַכט דער ייִד, וועט אַוודאי אויפֿקומען אַ ייִדישע מדינה; אַלע צרות ווײַזן דערויף. דאַרף מען צוגרייטן געלט פֿאַר דער מדינה. וועט ער, דער ייִד, אויסצייכענען מיט די אייגענע הענט די באַנקנאָטן פֿאַר דער מדינה. אויף יעדן באַנקנאָט וועט ער אויפֿשרײַבן: „ייִדישע געלט‟, און ער אַליין וועט זיך אונטערשרײַבן, ווי דער פּרעזידענט פֿון דער מדינה. אַלץ וועט זײַן אָנגעשריבן אויף ייִדיש, כאָטש מע וועט דאָרטן אין דער אויפֿגעקומענער מדינה רעדן עבֿרית…

דער דאָזיקער טרוים האָט זיך אָפּגעשפּיגלט, מסתּמא, בײַ אַלע ייִדישע שרײַבער. די גאַנצע ייִדישע ליטעראַטור ביזן יאָר 1948, איז אין אַ געוויסער מאָס, אַ טרוים צו אַן אייגן לאַנד, אַ מאָל אַ פֿאַרבאָרגענער חלום צום לאַנד, וואָס זאָל זײַן ענלעך אויפֿן תּנכישן ישׂראל. נאָר ווי עס קומט אָפֿט מאָל פֿאָר אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט, איז אויך פֿאָרגעקומען אין דער ייִדישער געשיכטע. ווען דער טרוים איז רעאַליזירט געוואָרן, ווען ס’איז געשאַפֿן געוואָרן מדינת־ישׂראל האָט מען ייִדיש, די ייִדישע ליטעראַטור מער שוין ניט געדאַרפֿט. אומעטיק און טרויעריק…

דער אייבערשטער האָט דען פֿאַקטיש ניט געזאָגט צום טרוימער משה רבינו, אַז ער, משה, האָט אָפּגעטאָן זײַן אַרבעט, און אין ישׂראל וועט מען זיך באַגיין אָן אים! דער זעלבער גורל האָט געוואַרט שפּעטער אויף ייִדיש. ווי משה רבינו, האָט די שפּראַך אונדזערע, געפֿירט דאָס פֿאָלק, ניט פֿערציק, נאָר כּמעט טויזנט יאָר, צו אַן אייגן ייִדיש לאַנד; אָבער אַליין ניט געהאַט די זכיה אין דעם דאָזיקן לאַנד אַרײַנצוגיין… פֿון דעסטוועגן, לעבט מאַמע־לשון ווײַטער, און אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור אָטעמען נײַע טרוימען.

ביאַליק האָט אַמאָל אויסגערעכנט, אַז ייִדן האָבן גערעדט אויף עטלעכע צענדליק שפּראַכן. אַלע זענען פֿרעמדע, נאָר איינע, האָט ער געזאָגט, איז אַן אייגענע. צי האָט דער גרויסער העברעיִשער דיכטער געזען נאָר דאָס וואָס ער האָט געוואָלט זען, צי ער האָט געמאַכט זיך ניט וויסניק? ער האָט „פֿאַרגעסן‟ דעם אונטערשייד צווישן שפּראַכן איבערגענומענע און שפּראַכן איבערגעשאַפֿענע. ווי אַזוי איז געשאַפֿן געוואָרן העברעיִש? ייִדן האָבן גענומען ווערטער פֿון פֿאַרשיידענעם אָפּשטאַם: פֿון מיצריש, פֿון שומיריש, פֿון כאַלדעיִש, פֿון אַראַמיש, פּערסיש, גריכיש און אַלע זיי איבערגעשאַפֿן אין איין אייגן לשון. פּונקט דאָס זעלביקע איז געשען מיט ייִדיש. אַזוי אַז אי העברעיִש, אי ייִדיש זענען אייגענע שפּראַכן בײַ די ייִדן! אָט וואָס וועגן דעם האָט געשריבן אַבֿרהם גאָלאָמב: „…אַ שפּראַך אַן איבערגעשאַפֿענע איז ווי שפּײַז וואָס פֿון דעם שאַפֿט דער אָרגאַניזם זײַן פֿלייש און בלוט. ייִדיש און העברעיִש…‟ דער זעלביקער אויפֿקום, די זעלביקע אַנטוויקלונג, די ענלעכע אָנזאַמלונג פֿון אוצרות קולטור — תּנ”ך, תּלמוד, מאָדערנע ליטעראַטור…‟ געווען אַזוינע נאַיִווע טרוימער, ווי יעקבֿ גלאַטשטיין, וועלכער האָט פּאַטעטיש אויסגערופֿן:

אָ, רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד.
און איך וועל צו דיר רעדן עבֿרית ממילא…

און דווקא איציק מאַנגער, וועלכן גלאַטשטיין האָט געהאַלטן פֿאַר „פּרימיטיוו‟, האָט, פֿאָרנדיק קיין ישׂראל, גוט פֿאַרשטאַנען מיט וועמען ער האָט צו טאָן:

כ’האָב זיך יאָרן געוואַלגערט אין דער פֿרעמד,
איצט פֿאָר איך זיך וואַלגערן אין דער היים…