דזשאָסעף איז געלעגן אין זײַן קאַמער, און געקוקט אויף דער לשון־קודשדיקער ברכה, וואָס ער האָט געהאַט אויפֿגעהאָנגען אויף דער וואַנט, כּדי צו העלפֿן אים פּראַווען זײַן ערשטע חנוכּה אין תּפֿיסה.
מיט אַ מאָל קומט אַרײַן אַ נײַער מיטוווינער, וואָס אויף איין אָרעם איז בײַ אים טאַטויִרט אַ גרויסער האַקנקרייץ, און אויפֿן צווייטן — היטלערס פּאָרטרעט. איבערן ברוסטקאַסטן איז געשטאַנען Skinhead מיט ריזיקע אותיות. יוסף האָט געוווּסט, אַז ער מוז תּיכּף עפּעס זאָגן.
„הײַ, איך בין דזשאָסעף, כ׳בין אַ ייִד, און מיר דאַכט זיך, אַז עס וועלן צווישן אונדז נישט זײַן קיין פּראָבלעמען,‟ האָט ער געזאָגט. האָט יענער געענטפֿערט: „איך בין באָבאַ, און מיר דאַכט זיך אויך, אַז עס וועלן צווישן אונדז נישט זײַן קיין פּראָבלעמען.‟
ערשט שפּעטער האָט דזשאָסעף זיך דערוווּסט, אַז דער אַרעסטאַנט האָט געהאַט אָנגעפֿירט מיט אַ באַנדע אין תּפֿיסה, און האָט איין מאָל אַזוי שטאַרק אָנגעשלאָגן ייִדן און אַנדערע „נישט־ווײַסע‟, אַז זיי זענען שיִער נישט געשטאָרבן פֿון די וווּנדן.
הגם דזשאָסעפֿס מיטוווינער האָט אים געלאָזט צו־רו, האָט ער יאָ געליטן פֿון אַנדערע אַנטיסעמיטן בעת זײַנע דרײַ יאָר אין תּפֿיסה — און נישט תּמיד זענען זיי געווען אַרעסטאַנטן. איין מאָל האָט דער פּראָטעסטאַנטישער גײַסטיקער קאַפּלאַן, אין איינעם מיטן פֿירער פֿון די שוואַרצע מוסולמענישע אַרעסטאַנטן, געדראָט אים שווער אָנצושלאָגן. דווקא אַ מעכטיקער מוסולמענישער פֿרײַנד זײַנער האָט אים געראַטעוועט איידער זיי האָבן אים אַטאַקירט אין הויף.
דזשאָסעפֿס איבערלעבונג אילוסטרירט אַ סתּירותדיקן מצבֿ פֿאַר ייִדן אין די אַמעריקאַנער תּפֿיסות: אַנטיסעמיטיזם לויערט אומעטום, אָבער פּערזענלעכע פֿרײַנדשאַפֿטן קומען שטאַרק צו הילף. דאָרט, וווּ דער אַנטיסעמיטיזם איז ספּעציעל בולט, וועט מען פֿאָרט אַרויסווײַזן דרך־ארץ פֿאַר די ייִדן, וועלכע שעמען זיך נישט מיט זייער ייִדישן אידענטיטעט, און פֿירן זיך נישט אויף אונטערטעניק צו אַנדערע.
קסעוואַהיר אַדזשדיני, אַן אַלבאַנישער ייִד, וועלכער איז געזעסן דרײַ און אַ האַלב יאָר פֿאַר פֿאַרקויפֿן מאַריכואַנע, האָט זיך געראַטעוועט דורך אַ צווייטן מיטל. „כ׳האָב געלייענט ביכער און זיך געחבֿרט מיט אַנדערע ייִדן,‟ האָט ער געזאָגט. „אַוודאי, זענען געווען באַנדעס, אָבער איך האָב זיך נישט געמישט מיט זיי.‟
אָבער סטיווען סטראַוס, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ פֿרומער משפּחה, און האָט פֿאַרבראַכט 19 יאָר אין תּפֿיסה, האָט געזאָגט, אַז אין אַ תּפֿיסה מיט מער ברוטאַלע אַרעסטאַנטן, איז דאָס אויסמײַדן די באַנדעס נישט גענוג. „אַ ייִד דאַרף שטאָלץ אויסדריקן זײַן ייִדישקייט, און זײַן גרייט זיך צו שלאָגן איבער דעם,‟ האָט סטראַוס געזאָגט.
גאַרי פֿרידמאַן, דער דירעקטאָר פֿון Jewish Prisoner Services International, איז מסכּים. „אין אַ טייל פֿון די געפֿערלעכסטע תּפֿיסות אין לאַנד, געפֿינען זיך הײַנט ייִדישע אַרעסטאַנטן מיט יאַרמקלעס און ציצית — און קיינער טשעפּעט זיך נישט צו זיי.‟
פֿאַרקערט, אויב אַ ייִדישער אַרעסטאַנט פּרוּווט צו באַהאַלטן זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, און די אַנדערע אַרעסטאַנטן דערוויסן זיך, וועט אים זײַן אַ סך ערגער, ווײַל דעמאָלט זעט מען אים סײַ ווי אַ דרויסנדיקער, סײַ ווי אַ נישט־אָרנטלעכער.
אַ טייל פֿון די ייִדן לײַדן פֿון דעם וואָס זיי באַקומען כּשרע מאָלצײַטן, וואָס כּמעט אַלע האַלטן, אַז ס׳איז פֿון אַ בעסערער קוואַליטעט ווי די געוויינטלעכע מאָלצײַטן אין תּפֿיסה. די כּשרע מאָלצײַטן נעמען אַמאָל אַרײַן פֿלייש אָדער קעז — צוויי אינגרעדיענטן וואָס די תּפֿיסות קענען געוויינטלעך נישט אויספֿירן צו קויפֿן. דעריבער רופֿט עס אַרויס קינאה בײַ די אַנדערע אַרעסטאַנטן און אָנגעשטעלטע, ווײַל מע באַטראַכט די מאָלצײַטן ווי אַ פּריווילעגיע.
פֿרידמאַן שאַצט, אַז בערך פֿינף־זעקסטלעך פֿון די אַרעסטאַנטן, וועלכע באַקומען כּשר עסן זענען בכלל נישט קיין ייִדן, צוליב אַ פּשוטער סיבה: לויטן געזעץ איז יעדער אַרעסטאַנט באַרעכטיקט צו אַ רעליגיעזער דיעטע, אויב ער זאָגט, אַז ער האָט אַן „ערנסטן‟ רעליגיעזן גלויבן. הגם אַ צאָל גײַסטיקע פֿירער אין תּפֿיסה ווייסן, אַז די נישט־ייִדישע געניסער פֿון כּשר עסן זענען נישט קיין ייִדן, קענען זיי גאָרנישט טאָן וועגן דעם, און דאָס מאַכט זיי נאָך מער אין כּעס. געוויסע ייִדישע אַרעסטאַנטן וויצלען זיך אָבער וועגן דעם.
„ס׳איז קאָמיש צו וויסן, אַז די גאָלע־קעפּ און נעאָ־נאַציס עסן כּשרע מאָלצײַטן,‟ האָט סטראַוס געזאָגט. „איין מאָל האָב איך, טראָגנדיק אַ יאַרמלקע, געזאָגט צו איינעם פֿון זיי: ׳אַ דאַנק פֿאַר שטיצן די ייִדישע קהילה׳.‟ ייִדישע פֿרויען אין תּפֿיסה לעבן נישט איבער די זעלבע ברוטאַליטעט ווי די מענער, גיט איבער ראַבינער משה האַלפֿאָן, דער ייִדישער קאַפּלאַן בײַם „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר פֿרויען‟. אַ מאָל וועלן קריסטלעכע וואָלונטירן זיי זאָגן, אַז די ייִדן מוזן אָננעמען יעזוס אויב זיי ווילן זיך ראַטעווען. „דערפֿאַר פּרוּוו איך צו געבן די פֿרויען אַ ייִדישן אַלטערנאַטיוו,‟ האָט העלפֿאָן געזאָגט.
סוכּות העלפֿט ער זיי בויען אַ סוכּה, און פּסח פֿירט ער אָן מיט אַ סדר פֿון 100 מענטשן. ער פֿירט אויך דורך בת־מיצווה צערעמאָניעס פֿאַר די אַרענסטאַנטקעס, וואָס ווילן עס. „און אונדזער פּורים־פֿײַערונג איז ספּעציעל באַליבט,‟ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.