מאַגנעטישע מוח־טעראַפּיע

Electromagnets Aimed at Alzheimer‘s

דער הייל־אַפּאַראַט פֿון דער פֿירמע „Neuronix‟
Neuronix
דער הייל־אַפּאַראַט פֿון דער פֿירמע „Neuronix‟

פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published November 06, 2013, issue of November 22, 2013.

צוויי ישׂראלדיקע מעדיצינישע פֿירמעס, „Brainsway‟ און „Neuronix‟, האָבן געשאַפֿן חידושדיקע עלעקטראָ־מאַגנעטישע מכשירים, וואָס העלפֿן אויסצוהיילן פּסיכישע קראַנקייטן.

דער פּאַציענט זיצט אין אַ פֿאָטעל אונטער אַן אַפּאַראַט, וואָס דערמאָנט אין די מאַשינען, וועלכע טריקענען אויס די האָר אין די פֿריזור־סאַלאָנען. דער דאָקטער שטייט בײַם קאָמפּיוטער, און שיקט אַ קורצן עלעקטראָ־מאַגנעטישן אימפּולס, וואָס דרינגט אַרײַן אינעם מוח פֿונעם פּאַציענט, דורכן אַפּאַראַט אויף זײַן קאָפּ. אויב מע טוט אַזאַ פּראָצעדור איין מאָל אַ וואָך במשך פֿון אָנדעהאַלבן חדשים, קאָן אַ מענטש, וואָס לײַדט פֿון דער אַלצהײַמער־קראַנקייט, דערפֿילן, אַז זײַן „פֿאַרשלאָפֿענער‟ מוח וועקט זיך אויף.

אין פֿאַרגלײַך מיט דער סתּירותדיקער עלעקטרישער שאָק־טעראַפּיע, לײַדן נישט די פּאַציענטן פֿון קיין שאָק און מוזן נישט ליגן אין שפּיטאָל. די גאַנצע פּראָצעדור איז נישט סכּנותדיק און פֿאַרנעמט בלויז 20 מינוט. די פֿירמע „Brainsway‟ האָפֿט, אַז די נײַע טעכנאָלאָגיע וועט העלפֿן אויסצוהיילן אַ גאַנצע ריי קראַנקייטן. די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן שוין דערלויבט אויסצונוצן דעם מעטאָד בײַם היילן „אַלצהײַמער‟, „פּאַרקינסאָן‟, אויטיזם און אַפֿילו קעגן דער געוווינטשאַפֿט צו רייכערן. די פֿירמע האָפֿט, אַז דער אַפּאַראַט קאָן אויך העלפֿן קעגן אַלקאָהאָליזם און נאַרקאָמאַניע. די אַנדערע פֿירמע, „Neutronix‟, פֿאָקוסירט זיך מער אויף דער „אַלצהײַמער‟־קראַנקייט.

רונן סגל, דער הויפּט־באַאַמטער פֿון טעכנאָלאָגישע־ענינים בײַ „Brainsway‟, האָט דערקלערט, אַז אַ סך פּסיכישע פּראָבלעמען זענען פֿאַרבונדן מיט עלעקטראָ־מאַגנעטישע סיגנאַלן. „יעדע עמאָציע, געדאַנק אָדער אַקציע הייבן זיך אָן פֿון אַן עלעקטרישן פּראָצעס אינעם מוח. די פּראָבלעם איז, ווען די סיגנאַלן זענען צו שטאַרק אָדער צו שוואַך‟. ביידע פֿירמעס טראַכטן נישט, אַז מיט דער הילף פֿון זייערע אַפּאַראַטן וועט מען קאָנען אויסמײַדן אינגאַנצן די אַנדערע מינים רפֿואות. די עקספּערימענטן ווײַזן אָבער, אַז די מאַגנעטישע טעראַפּיע קאָן זײַן מער עפֿעקטיוו, ווי אַ מיטל קעגן דעם „אַלצהײַמער‟־סינדראָם, ווי די באַקאַנטע מעדיקאַמענטן. אין פֿאַרגלײַך מיט די מעדיקאַמענטן, האָט זי אויך נישט קיין בײַ־עפֿעקטן.