די וואָך זענען די צוויי חשובֿסטע נײַעס ווידער פֿאַרבונדן מיט די קעגנער פֿון דעם רוסלענדישן רעזשים.
די ערשטע פֿון זיי קומט פֿון טווערער געגנט, וווּ מען איז ממשיך מיטן פּראָצעס פֿון איליאַ פֿאַרבערן — אַ מאָסקווער קינסטלער, וואָס איז מיט 3 יאָר צוריק געקומען אין אַ דאָרף לעבן אָסטאַשקאָוו, טווערער געגנט, כּדי צו זײַן דאָרטן אַ דאָרפֿישער לערער. אין משך פֿון דער צײַט איז ער אויך געוואָרן אַ דירעקטאָר פֿון אַ דאָרפֿישן קלוב. מיט צוויי יאָר צוריק האָט מען אים אַרעסטירט און אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה, און זײַן פּראָצעס ציט זיך שוין פֿון סעפּטעמבער 2011 אָן. מע באַשולדיקט פֿאַרבערן אין דעם, וואָס ער האָט באַקומען אַ כאַבאַר. דער אָסטאַשקאָווער געריכט האָט שוין 2 מאָל אַרויסגעטראָגן דעם פּסק, און די ביידע פּסקים זענען געווען אומגעהײַער שטרענג — 8 יאָר קאָלאָניע אינעם ערשטן פֿאַל, און 7 יאָר מיט איין חודש — אינעם צווייטן; צוויי מאָל האָט פֿאַרבער אַרײַנגעטראָגן אַ פּראָטעסט. דאָס ערשטע מאָל האָט דער העכערער געריכט אָפּגעוואָרפֿן דעם פּסק און אומגעקערט אַלע מאַטעריאַלן קיין אָסטאַשקאָוו.
נעכטן האָט פֿאַרבער דערקלערט, אַז ער זאָגט זיך אָפּ פֿון די אַדוואָקאַטן, כאָטש זײַנע אַדוואָקאַטן זײַנען גרייט אים ווײַטער צו באַשיצן. ער טענהט, אַז דער שוץ זײַנער איז געלונגען צו באַווײַזן, אַז ער איז אומשולדיק, אָבער דער פּסק זײַנער איז שוין פֿון פֿאָרויס באַשטימט געוואָרן. פֿאַרבער האָט דערקלערט, אַז ער וועט פֿאַרטיידיקן זיך אַליין.
די צווייטע ידיעה איז פֿאַרבונדן מיטן מענטש, וואָס איז בפֿירוש אַ טוער פֿון דער רוסישער אָפּאָזיציע, מיטן שאָכשפּילער, געוועזענעם וועלט־טשעמפּיאָן גאַרי קאַספּאַראָוו. אין יוני איז ער אַוועקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד נאָך דעם ווי מע האָט אים אַרויסגערופֿן אין פּראָקוראַטור. אין אָקטאָבער האָט ער דערקלערט, אַז ער וועט אָנטייל נעמען אין די וואַלן פֿון הויפּט פֿון FIDE, און נעכטן האָט ער זיך געווענדט צו דער רעגירונג פֿון לעטלאַנד מיט אַ בקשה צו געבן אים אַ לעטישע בירגערשאַפֿט פֿאַר באַזונדערע פֿאַרדינסטן פֿאַר דער לעטישער מדינה. פֿון דער רוסישער בירגערשאַפֿט, וויל ער זיך אויך ניט אָפּזאָגן, אָבער קיין הסכּמה פֿון טאָפּל־בירגערשאַפֿט האָבן רוסלאַנד און לעטלאַנד נישט. ווי אַזוי וועט מען לייזן די פּראָבלעם און צי וועט די לעטישע רעגירונג בכלל לאָזן קאַספּאַראָוון ווערן אַ לעטישער בירגער, איז נאָך ניט באַוווּסט.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: ישׂראל איז געקומען אויפֿן מאָסקווער קינאָ־עקראַנען. די וואָך איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען דער אינטערנאַציאָנאַלער אַנימאַציע־פֿעסטיוואַל, און אין דער פּראָגראַם זענען אויך געווען אַ טוץ ישׂראלדיקע מולטיפּליקאַציע־פֿילמען, דאָס מאָל, ס‘רובֿ אַרבעטן פֿון סטודענטן פֿון „בצלאל‟, אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן.
און אייערנעכטן האָט זיך אין מאָסקווע אָנגעהויבן דער 13טער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון מאָדערנעם ישׂראלדיקן קינעמאַטאָגראַף. די אָרגאַניזאַטאָרן זענען — איינער פֿון די מאָסקווער קינאָ־טעאַטערס און די אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל. אין דער פּראָגראַם איז אײַנגעשלאָסן, למשל, אַרי פֿאָלמאַנס פֿילם „גרויסע בייזע וועלף‟ (אַרי פֿאָלמאַנס אַנדערע אַרבעטן: „וואַלס מיט באַשיר‟ און ”צערעמאָניע”). מע וועט אויכעט פֿאָרשטעלן דעם באַרימטסטן דאָקומענטאַרישן פֿילם פֿונעם יאָר „דער אַקט פֿון הרגענען‟.
אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל וועלן פֿאָרקומען אויך לעקציעס און אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם בוך „ישׂראלדיקע קינאָ־אינדוסטריע‟, וואָס ס׳האָט אָנגעשריבן דער פֿאָרשער מאַראַט פּאַרכאָמאָווסקי, ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.