פֿלאָרענץ־קהילה לעבט אויף

Florence‘s Jewish Community Comes Alive

די פֿלאָרענצער שיל
Thinkstock
די פֿלאָרענצער שיל

פֿון רות עלען גרובער

Published November 07, 2013, issue of November 22, 2013.

שטייענדיק אינעם באַרימטן „מיקעלאַנזשעלאָ־פּלאַץ‟ אין פֿלאָרענץ, איטאַליע, זעט מען אַ פּרעכטיקע לאַנדשאַפֿט פֿון דער שטאָט, און בפֿרט — צוויי קופּאָלן. איינער איז דער „דואָמאָ‟, פֿיליפּאָ ברונעלעשיס מײַסטערווערק; דער צווייטער, אויף רעכטס, און אַ סך קלענער, איז דער הויכער גרינער קופּאָל פֿון דער פֿלאָרענצער שיל.

אָבער אין פֿאַרגלײַך מיטן „דואָמאָ‟, וואָס מיליאָנען טוריסטן קומען זען יעדעס יאָר, איז די שיל ביז לעצטנס געווען אומבאַקאַנט פֿאַר ס׳רובֿ אָרטיקע אײַנוווינער און די טוריסטן.

ענריקאָ פֿינק, אַ מוזיקער און אַקטיאָר, וועלכער איז פֿאַראַיאָרן דעצעמבער געוואָרן דער דירעקטאָר פֿון קולטורעלע ענינים בײַ דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וויל פֿאַרריכטן דעם טעות. אין איינעם מיט עטלעכע אַנדערע נײַע פֿירער פֿון דער קהילה, האָט ער אויסגעאַרבעט אַ פּלאַן צו מאַכן די ייִדישע קהילה פֿון בערך 850 נפֿשות מער באַקאַנט און צוטריטלעך. ווי אַ פּועל־יוצא, האָפֿן זיי, אַז די אָרטיקע נישט־ייִדישע אײַנוווינער וועלן מער נישט באַטראַכטן די ייִדן ווי אַ בייז־וווּדער, און גלײַכצײַטיק טראַכטן זיי צו באַקענען די טוריסטן מיט דער ייִדישער געשיכטע אין פֿלאָרענץ.

די נײַע סטראַטעגיע איז אַנטפּלעקט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם יוני דורך דער גרינדונג פֿון אַ זומער־קאַפֿע מיטן נאָמען „באַלאַגאַן־קאַפֿע‟. אינעם גאָרטן פֿון דער סינאַגאָגע, איז יעדן דאָנערשטיק אויף דער נאַכט פֿאָרגעקומען אַ מיני־ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל: קאָנצערטן, לעקציעס, דיסקוסיעס און אַנדערע אונטערנעמונגען. מע האָט דורכגעפֿירט טורן איבער דער שיל, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און אויך פֿאַרקויפֿט ביכער, קאָמפּאַקט־דיסקן, ייִדישע חפֿצים און זומער־לײַבלעך מיטן אויפֿשריפֿט, „קאַפֿע באַלאַגאַן‟.

דערצו האָט דער עולם געקאָנט קויפֿן פֿאַרשידענע כּשרע פּאָטראַוועס, ווי קוסקוס, פּאַטלעזשאַן און זויערע זוקיני און אויך כּשרן ווײַן. איין אָוונט האָט מען דורכגעפֿירט אַ קאָנקורס צווישן אַשכּנזישע און ספֿרדישע מאכלים; אַ צווייט מאָל האָט מען געלערנט דעם עולם ווי צו באַקן חלה.

בערך 300 מענטשן זענען געקומען צום ערשטן אָוונט פֿון קאַפֿע, אָנהייב יוני, אָבער יעדע וואָך איז די צאָל געוואָרן גרעסער, אַ דאַנק דער באַגײַסטערונג פֿון דער אָרטיקער מעדיאַ. אין דער לעצטער נאַכט פֿונעם קאַפֿע, דעם 29סטן אויגוסט, זענען געקומען כּמעט 800 מענטשן.

דזשיוסעפּי בודילאָן, אַ פּענסיאָנירטער אײַנוווינער פֿון פֿלאָרענץ, האָט געזאָגט, אַז ער איז געקומען אין קאַפֿע יעדע וואָך. „איך בין אַ קריסט, אָבער די ייִדישע קהילה ציט מיך צו,‟ האָט ער געזאָגט. דעם קומעדיקן האַרבסט און ווינטער פּלאַנירט פֿינק דורכצופֿירן אַנדערע אַקטיוויטעטן, ווי אַ „באַלאַגאַן שבת‟ און ביכער־אויסשטעלונגען. „די נישט־ייִדישע אײַנוווינער פֿון פֿלאָרענץ ווייסן איצט, אַז דאָס איז אַן אָרט, וווּ זיי זענען אויך פֿאַרבעטן,‟ האָט פֿינק געזאָגט. „דאָס שאַפֿט אַ בעסערע שטימונג פֿאַר אונדז אַלעמען.‟