ידיעות פֿון אַרגענטינע

News From Argentina

דער סענאַטאָר עוזשעניאָ טומאַ
Wikimedia Commons
דער סענאַטאָר עוזשעניאָ טומאַ

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published November 07, 2013, issue of December 06, 2013.

די אַרגענטינער רעגירונג האָט פֿאַרטיילט ספּעציעלע סובסידיעס ביז 15,000 דאָלאַר פֿאַר סינאַגאָגעס, וואָס דאַרפֿן בויען ספּעציעלע אײַנריכטונגען פֿאַר מענטשן מיט שוועריקייטן, און װאָס נייטיקן זיך אין ספּעציעלע ראַמפּעס. די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט געשטעלט צו דער דיספּאָזיציע פֿון די אינסטיטוציעס איר טעכנישן אַפּאַראַט.


די געמיינדע „עמיחי‟ און די „פֿרײַנד פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט‟ האָבן אָרגאַניזירט אַ קאָנצערט מיטן אָרקעסטער „דאַ װינטשי‟. די בעטהאָווען־פּראָגראַם פֿון בעאַטריז פֿעלדמאַן אויף פּיאַנע האָט שטאַרק אויסגעומען בײַם עולם.


די געשיכטע פֿון ייִדישן כּתבֿ איז געװען די טעמע פֿון דער לעקציע, װאָס ד״ר שלײַען האָט געהאַלטן אין דער געמיינדע „שלום‟. ער האָט דערמאָנט ד״ר אליהו ליפּינערס בוך „די געשיכטע פֿון אַ פֿאַרגעטערטן כּתבֿ‟, װאָס דער בוענאָס־אײַערעסער ייִװאָ האָט אַרויסגעגעבן; ווי אויך אַנאַליזירט פּיקטאָגראַמען פֿון עלטערע כּתבֿים און װי אַזוי האָט דער כּתבֿ זיך אָפּגעשפּיגלט אין דער ייִדישער װעלט־אָנשויונג און אין דער ייִדישער פֿילאָזאָפֿיע.


אין דער אַרגענטינער טעלעװיזיע איז געװידמעט געװאָרן אַ ספּעציעלע פּראָגראַם „די באַלפֿור־דעקלאַראַציע פֿון 2טן נאָװעמבער 1917‟, װאָס דער סעקרעטאַר פֿון בריטישן אויסערן־מיניסטעריום האָט אַרויסגעשיקט דעם באַראָן ראָטשילד. די פֿיגור פֿון חיים װייצמאַן איז אויך אונטערגעשטראָכן געװאָרן.


דער טשילער סענאַטאָר עוזשעניאָ טומאַ האָט דערקלערט, אַז די יונגע ישׂראלים װאָס באַזוכן טשילע, זײַנען סאָלדאַטן פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, װאָס קומען מיט פֿאַרבאָרגענע כּװנות. זיי קומען נישט נאָר אויף אַ שפּאַציר, נאָר זיכער צוצוגרייטן מאַפּעס. דאָס האָט ער דערקלערט דער „סי־ען־ען‟.

דער פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה אין טשילע, זשעראַרדאָ גאָראָדיש, האָט באַלד רעאַגירט קעגן די אַנטיסעמיטישע דערקלערונגען. ער האָט אויך דערמאָנט, אַז בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט האָט טומאַ געזאָגט, אַז אין דער ייִדישער שול גרייט מען מיליטעריש צו די סטודענטן.

דער סענאַטאָר איז דער פֿאָרזיצער פֿון דער פּאַרטיי פֿאַר דעמאָקראַטיע (פּפּד), די פֿערט־פּאָפּולערסטע פּאַרטיי אין טשילע. זי באַשטייט פֿון 100,000 מיטגלידער און איז אַן אָפּשפּאַלטונג פֿון דער סאָציאַליסטישער און דער קאָמונסטישער פּאַרטיי; ער איז דער קאָאָרדינירער פֿון װאַל־קאַמפּיין פֿון דעם געװעזענעם פּרעזידענט באַשעלעט און די קאַנדידאַטן צו געװינען װידער אַ מאָל די װאַלן אין טשילע.


די „ייִדישע אָרגאַניזאַציע פֿאַרן אינטעררעליגיעזן דיאַלאָג‟ האָט אָרגאַניזירט אַ קאָנפֿערענץ אויפֿ דער טעמע „רוחניות אין די אַבֿרהמישע רעליגיעס‟, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין דער אוידיטאָריע פֿון אַרגענטינער אויסערן־מיניסטעריום.

עס האָבן זיך באַטייליקט צװישן אַנדערע דער קאַטוילישער גײַסטלער, ד״ר כואַי קאַרלאָס קאַאַמאַניאָ, פּראָפֿעסאָר אין דעם קאַטוילישן אוניװערסיטעט; דער איסלאַמיסט אינזש אַוגוסטאָ קומװיטש; ראָטגעבער פֿון מיניסטעריום און לעקטאָר אין איסלאַמישן קולטור צענטער, קעניג פֿאַכט אין דעם גרעסטן מעשעט פֿון לאַטײַן־אַמעריקע, װאָס פֿונקציאָנירט אין בוענאָס־אײַרעס, און דער ראַבינער ברוך פּלאַװניק „מאַסטער קום לאַודע‟ אין פֿילאָסאָפֿיע פֿון העברעיִשן אוניװערסיטעט.


אין אַן עקסקלוסיװער פּריװאַטער ענגלישער שול פֿון בוענאָס־אײַרעס איז דער עולם װאָס איז געקומען שטימען בעת די לעצטע װאַלן דערשטוינט געװאָרן װען זיי האָבן געזען אינ אַ קלאַסצימער פּלאַקאַטן מיט האַקנקײַצן. די „דאַיאַ” (DAIA) האָט רעאַגירט און די דירעקציע פֿון דער שול האָט זיך אַנטשולדיקט עפֿנטלעך, אויב דאָס האָט עמעצן באַליידיקט, נאָר די פּלאַקאַטן זײַנען געװען אַ טייל פֿון דער פּעדאַגאָגישער אַרבעט אויפֿצוּװײַזן די ברוטאַליטעט פֿון נאַצישן רעזשַים. די אויטאָריטעטן פֿון דער שול האָבן זיך קאָמפּראָמעטירט מיטצואַרבעטן מיט ייִדישע אינסטיטוציעס אין זייער קאַמף קעגן דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם.


אינעם באַריכט פֿון דער „דאַיאַ” װעגן אַנטיסעמיטיזם אין אַרגענטינע אין 2012 זײַנען פֿאַרשריבן 243 געשעענישן, טאָפּלט װי אין 2011. אַ סך פֿון די אָנקלאַגעס האָבן צו טאָן מיט אינטערנעץ, און די אָנגריפֿן אויף מענטשן האָבן זיך אויך אַ ביסל געהעכערט. די בראָשור איז צעשיקט געװאָרן אין ביבליאָטעקן, רעגירונג־ביוראָען און צו דער פּרעסע, און מע קען זי אומיסט באַקומען אין דער „דאַיאַ”.


װיליאַם סאַטאָ, דער אַמבאַסאַדאָר פֿון „אַקטיװיסטן פֿאַרן שלום‟, איז באַערט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס. זײַן אינסטיטוציע איז אַ לעטײַן־אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציע װאָס קעמפֿט פֿאַרן שלום אויף דער װעלט און שטיצט דערציִונג־פּראָיעקטן, װאָס שטרעבן צו דערהייבן דעם מענטשן און די אונטערדריקטע איבער דער װעלט. זייער אַרבעט אין ישראל װערט שטאַרק אָפּגעשאַצט, פּונקט װי זייערע טעטיקײטן מיט דער שארית־הפּליטח.

די אָנערקענונג איז אים פֿאַרטיילט געװאָרן פֿאַר זײַנע 50 יאָר באַמיִונגען פֿאַרן שלום אין מדינת ישראַל.

אין זײַן דאַנקװאָרט האָט ער געלויבט דעם ייִדישן ייִשובֿ און פֿאַרטיידיקט ישראל.


די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.