דער תּל־אָבֿיבֿער ראַיאָן “גבֿעת אַנדרומדה” (“אַנדראָמעדע־באַרג”) איז אַ רײַכער ים־קוראָרט, וווּ די לוקסוס־הײַזער זענען פֿאַרבונדן מיט גרינע אַלייעס און וווּ די פֿאַרמעגלעכע אײַנוווינער באַזוכן כּסדר דעם “ספּאַ” און דעם געשעפֿט־צענטער. עס נעמט בלויז פֿינף מינוט צו שפּאַצירן פֿון דאָרטן ביז גאָר אַן אַנדערן ראַיאָן, אַג׳מי (אַדזשאַמי), וווּ אינעם יאָר 2009 האָט מען געמאַכט אַ פֿילם וועגן די אָרעמע ישׂראלים; דער דאָזיקער קוואַרטאַל איז איינער פֿון די אָרעמסטע אין דער שטאָט.
דער שאַרפֿער שפּאַלט צווישן די אָרעמע און רײַכע איז איינע פֿון די פּלאָבלעמען, וואָס די נײַע פֿאַרוואַלטערין פֿונעם “בנק ישׂראל”, דעם צענטראַלער ישׂראלדיקער באַנק, האָפֿט צו לייזן. זי איז די ערשטער פֿרוי, וואָס האָט פֿאַרנומען די דאָזיקע פּאָזיציע. אין צוויי פֿון אירע אַנומלטיקער פּרעזענטאַציעס, האָט זי זיך פֿאָקוסירט אויף דער סאָציאַלער אומגלײַכקייט אינעם לאַנד.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט פֿלוג באַמערקט, אַז די קומענדיקע אַנטוויקלונג פֿונעם אַראַבישן סעקטאָר איז אַ וויכטיקער טייל פֿונעם שאַפֿן אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע און בייגעוודיקע געזעלשאַפֿט אין ישׂראל. “אויב מיר ווייסן, ווי אַזוי צו פֿאַרגרעסערן דעם פּאָטענציאַל פֿונעם עקאָנאָמישן אויפֿשטײַג און ווי אַזוי צו פֿאַרמינערן דעם שפּאַלט צווישן די קלאַסן, וועלן מיר, ייִדן און אַראַבער, קאָנען הנאָה האָבן פֿונעם דאָזיקן פֿרוכטבאַרן פּראָצעס”.
אינעם יאָר 2011, איז אין דער וועלט אויסגעבראָכן אַ כוואַליע פֿון “אָקופּירט”־פּראָטעסטן קעגן דער עקספּלואַטאַציע פֿון די “99 פּראָצענט”. דאָס ווײַזט, אַז אַ סך מענטשן לײַדן פֿון דער סאָציאַל־עקאָנאָמישער אומגלײַכקייט נישט בלויז אין ישׂראל, נאָר די סאַמע אַנטוויקלטע לענדער. לויט דעם “אָרגאַניזאַציע פֿאַר עקאָנאָמישער קאָאָפּעראַציע און אַנטוויקלונג”, געפֿינט זיך ישׂראל אויפֿן 30סטן אָרט צווישן 34 לענדער, וואָס שייך דער קלאַסן־אומגלײַכקייט. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט די אָרגאַניזאַציע איבערגעגעבן, אַז אין 2008 האָבן 10 פּראָצענט פֿון די ישׂראלים געהאַט 13 מאָל מער געלט, ווי די אָרעמסטע 10 פּראָצענט; די מחברים פֿונעם באַריכט האָבן געגעבן אַן עצה צו “שאַפֿן מער בעסערע אַרבעט־ערטער, וואָס לייגן פֿאָר גוטע קאַריערע־פּערספּעקטיוון און גיבן מענטשן אַ שאַנס נישט צו זײַן אָרעם”.
פֿלוג האַלט, אַז בעסערע בילדונג וואָלט געקאָנט העלפֿן די אָרעמסטע סעקטאָרן פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, די אַראַבער און חרדישע ייִדן. אין די 1980ער יאָרן, האָבן די קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס דערמעגלעכט אַ סך ישׂראלדיקע פּראָפֿעסיאָנעלע אַרבעטער צו געפֿינען אַ גוטע פּרנסה. אין דער זעלבער צײַט איז, אָבער, דער חילוק צווישן די פֿאַרמעגלעכע און אָרעמע שיכטן געוואָרן נאָך שאַרפֿער.
ווי אַ פֿאַרוואַלטער פֿון אַ באַנק, וואָס פֿירט אויס די זעלבע פֿונקציע, ווי דער אַמעריקאַנער “פֿעדעראַלער רעזערוו”, האָט פֿלוג, אין דער אמתן, ווייניק מעגלעכקייט צו פֿאַרווירקלעכן אירע אידעען. די שטײַערן, בילדונג און סובסידיעס איז די פּרעראָגאַטיוו פֿון דער רעגירונג. פֿונדעסטוועגן, האָפֿט זי משפּיע צו זײַן אויפֿן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ אינעם לאַנד. פֿריִער האָט פֿלוג געאַרבעט אין די רעגירונג־קאָמיטעטן, וואָס באַשליסן די בודזשעט־ און מאַרק־ענינים, ווי אויך בײַם “נאַציאָנאַלן פֿאַרזיכערונג־אינסטיטוט”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.