די חגא, וואָס מע פֿײַערט אין רוסלאַנד דעם 4טן נאָוועמבער, איז — פֿאַר מיר יענדפֿאַלס — אַ סימבאָל פֿון אידעאָלאָגישע זוכענישן אין דער נאָך-קאָמוניסטישער תּקופֿה. קיינער פֿאַרשטייט ניט, דאַכט זיך, וואָס מע פֿײַערט אין דעם „טאָג פֿון פֿאָלקס-אייניקייט‟ און אַפֿילו, אויב מע פֿאַרשטייט עס יאָ, איז מען ניט זיכער, צי ס’איז דאָ אַ זין עס צו פֿײַערן. הײַיאָר, אַ שטייגער, איז דאָס געווען דער טאָג, ווען אויף אַ פּאַראַד זײַנען אַרויס די סאַמע נאַציאָנאַליסטישע (און מיאוסטע) כּוחות פֿון דער איצטיקער רוסישער געזעלשאַפֿט, די כּוחות, וואָס פּריידיקן „רוסלאַנד פֿאַר רוסן‟.
און דווקא אין דעם דאָזיקן סימבאָליש־אָנגעלאָדענעם נאָך-קאָמוניסטישן טאָג האָב איך זיך באַטייליקט אין דער פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַ בוך, וואָס הייסט Bringing the Dark Past to Light [באַלײַכטנדיק דעם פֿינצטערן אַמאָל]. אין דעם אונטערקעפּל ווערט דערקלערט, אַז דזשאָן-פּאָל הימקאַ און יאָאַנאַ בעאַטאַ מיכליטש, די רעדאַקטאָרן פֿונעם דאָזיקן ריזיקן באַנד, האָבן צונויפֿגעקליבן אַרטיקלען, וועלכע אַנאַליזירן ווי אַזוי מע געדענקט דעם חורבן אין דער נאָך-קאָמוניסטישער אייראָפּע. איך האָב שוין געהאַט די זכיה צו לייענען דאָס דאָזיקע בוך און געפֿין עס אינטערעסאַנט, כאָטש — ווי דאָס קומט פֿאָר שטענדיק מיט קאָלעקטיוו-געשריבענע ביכער — זעען אויס אייניקע קאַפּיטלען בעסער און שטאַרקער פֿון אַנדערע.
ווי מע האָט געקענט דערוואַרטן פֿון אַ בוך אויף אַזאַ טעמע, האָט דאָרטן געמוזט עפּעס געזאָגט ווערן אויך וועגן דעם שווײַגן מכּוח דעם חורבן, וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די קאָמוניסטישע צײַטן. און דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ריכטיק, אָבער ניט אין גאַנצן ריכטיק. מיר ווייסן, אַז ביז סוף 1949, ווען מע האָט ליקווידירט דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט און אַנדערע ייִדיש-סאָוועטישע אָרגאַניזאַציעס, האָט מען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד יאָ געדרוקט מאַטעריאַלן, ביכער בתוכם, אויף דער דאָזיקער טעמע; מע האָט אויך געמאַכט פֿילמען און געשטעלט פּיעסעס. און שפּעטער האָבן די ייִדישע שרײַבער געהאַט אַ „ליצענץ‟ צו שרײַבן וועגן דעם חורבן. נאָך מער, אייניקע פֿון די דאָזיקע ווערק פֿלעגט מען דערנאָך איבערזעצן אויף רוסיש אָדער אַנדערע שפּראַכן, למשל, אוקראַיִניש. אַ שאָד, וואָס די פֿאָרשער קוקן אַרײַן זעלטן אין דער דאָזיקער (אויסגעשפּראָכן סאָוועטישער, פֿאַרשטייט זיך) ליטעראַטור.
איך בין אויך גאָר ניט זיכער, צי דער דור פֿון מײַנע עלטערן, דאָס הייסט, די וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, האָבן דערוואַרט אַ ברייט-מאַסשטאַביקע מעמאָריאַליזאַציע פֿונעם חורבן. דאָס איז געווען אַ שרעקלעכע טראַגעדיע, וועגן וועלכער מע האָט גערעדט צווישן אייגענע מענטשן, פֿאַרמאַכט פֿאַר דער „גוייִשער וועלט‟. וואָס מע האָט יאָ געוואָלט די ניט-ייִדישע וועלט זאָל וויסן און ניט פֿאַרגעסן, איז געווען די גבֿורה פֿון ייִדישע מיליטערלײַט. מיר שײַנט (און איך ווייס ניט ווי דאָס אויסצומעסטן), אַז דווקא די העלדישקייט פֿון ייִדישע סאָלדאַטן, אָפֿיצירן, גענעראַלן און פּאַרטיזאַנער — דאָס איז געווען וויכטיק צו באַווײַזן. וואָס שייך דעם חורבן איז — מיר דאַכט זיך — געווען אַנדערש, און ניט נאָר ווײַל די מלוכה האָט אַזוי באַשלאָסן. (די מלוכה האָט זיך געשראָקן פֿאַר נאַציאָנאַליזם און געפּרוּווט צו פֿאַרזיכערן, מע זאָל נישט עטניש צעטיילן דעם אָנדענק פֿון דער מלחמה.)
עפּעס אַזוינס איז דאָך געשען אויך מחוץ דער קאָמוניסטישער וועלט. אין אַמעריקע, אַ שטייגער, איז די מעמאָריאַליזאַציע פֿונעם חורבן אַ לענגערע צײַט געבליבן נאָר אַ ייִדישער ענין. די ניט-ייִדישע וועלט האָט זיך אַ קער געטאָן צום חורבן אַ סך שפּעטער. למשל, נאָר אין די 1980ער יאָרן איז דער חורבן געוואָרן אַן אָבליגאַטאָרישע טעמע אין מלוכה-שולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און אַ צאָל אַנדערע לענדער. אַפֿילו אין ישׂראל איז עס געשען ניט גלײַך, נאָר אין 1963.
איך דערמאָן עס אַלץ ניט כּדי ריינוואַשן די קאָמוניסטישע רעגירונגען; כ’לייג פּשוט פֿאָר צו זײַן היסטאָריש פּינקטלעכער. כ’דערמאָן עס אויך כּדי צו דערקלערן, פֿאַר וואָס אַ ייִד האָט זיך געפֿילט, בדרך-כּלל, מער אָדער ווייניקער, אָדער אַפֿילו אין גאַנצן, בײַ זיך אין דער היים, לעבנדיק צווישן, אַ שטייגער, אוקראַיִנער. ער, דער ייִד, האָט בלי-ספֿק געוווּסט, אַז טויזנטער אוקראַיִנער האָבן זיך באַטייליקט אינעם אויסהרגענען די ייִדישע באַפֿעלקערונג. אָבער דער זעלבער ייִד האָט אויך געוווּסט, אַז די רויטע אַרמיי איז (אין די לעצטע פּאָר יאָר פֿון דער מלחמה) געווען כּמעט אויף אַ דריטל אוקראַיִנישע און אַז דעם דײַטש האָט מען צעקלאַפּט טיילווײַז, אַ דאַנק אָט דעם דריטל, און בערך 1.4 מיליאָן אוקראַיִנישע זעלנער זײַנען אומגעקומען אין אָט דעם בלוטיקן געראַנגל. איך דערמאָן עס, ווײַל מיר דאַכט זיך, אַז אָן אַזעלכע פֿאַקטן זעט אויס דאָס בילד זייער סכעמאַטיש און איינזײַטיק.
דער לייענער פֿונעם בוך וועט געפֿינען דאָרטן אַ סך נײַע זאַכן. איך האָב, אַ שטייגער, ניט געוווּסט, אַז אין אַלבאַניע האָט מען געראַטעוועט די ייִדן, סײַ די אייגענע און סײַ די יוגאָסלאַווישע, וואָס זײַנען אַריבער קיין אַלבאַניע. בײַ די אַלבאַנער איז אַ מינהג אַזאַ: טאָמער אַ מענטש זוכט אַ מקום-מיקלט, דאַרף מען אים אויפֿנעמען און פֿאַרטיידיקן. איך האָב שוין הײַיאָר געשריבן, אַז עפּעס אַזוינס איז געשען אין קאָרסיקע — זיי האָבן אויך די ייִדן ניט אַרויסגעגעבן. סײַ די אַלבאַנער סײַ די קאָרסיקאַנער גרויסן זיך מיט זייער ראָלע אינעם ראַטעווען ייִדן. דער חורבן, פּינקטלעכער — דער זכּרון וועגן אים, האָט אַן אייגענע געשיכטע אויך הײַנטיקע טעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.