מאָצאַרטיזם

Mozartism


פֿון לייזער בורקאָ

Published November 10, 2013, issue of December 06, 2013.

אין אַמעריקע איז די קלאַסישע מוזיק שוין צענדליקער יאָרן אין אַ מצבֿ פֿון פּערמאַנענטן קריזיס. אויף די קאָנצערטן זעט מען אָפֿט נאָר פּליכעוואַטע און ווײַסהאָריקע קעפּ. פֿײַנע אָרקעסטערס און אָפּערע־הײַזער, ווי די ניו־יאָרקער “סיטי־אָפּערע”, שליסן זייערע טירן, און גראַדואַנטן פֿון די בעסטע מוזיקשולן אַרבעטן פֿאַרן שטיקל ברויט ווי סאַרווער און קינדהיטער.

איך געדענק נאָך, ווען איך האָב געאַרבעט אין אַ ריזיקן מוזיק-קראָם (מיט איבער צען יאָר צוריק, ווען עס זײַנען נאָך געווען מוזיק־קראָמען), פֿלעגן אַרײַנקומען אינעם אָפּטייל פֿאַר קלאַסישער מוזיק נאָר אַלטע און מיטל־יעריקע קונים. אַ יונגער מענטש, וואָס פֿלעגט זיך דאָרט באַווײַזן, האָב איך שוין געוווּסט, האָט זיך אָדער פֿאַרבלאָנדזשעט, אָדער ער דאַרף אַ רעקאָרדירונג פֿאַר זײַנע מוזיק־לימודים.

ווען ניט די רעלאַטיוו גרויסע פּאָפּולערקייט פֿון דער קלאַסישער מוזיק אין די אַזיאַטישע לענדער, וואָלט דער מצבֿ געווען נאָך ערגער. אויך דאָ אין אַמעריקע באַשטייט אַ גרעסערער פּראָצענט, סײַ פֿונעם עולם, סײַ פֿונעם אָרקעסטער, פֿון אַזיאַטן, ספּעציעל בײַם ייִנגערן דור. אין דעם פּרט האָבן זיי פֿאַרנומען דעם פּלאַץ פֿון די ייִדן, וואָס האָבן נאָך מיט אַ דור צוויי צוריק געשפּילט אַן ענלעכע ראָלע אין דער אַמעריקאַנער קולטור.

אָבער אין דער “אַלטער היים”, אין אייראָפּע, שטייט די קלאַסישע מוזיק נאָך אויף אַ פֿעסטן יסוד — דער עיקר, אויף גרויסע מלוכישע סובסידיעס, וואָס פֿאַרזיכערן, אַז די אַלגעמיינע מוזיק־דערציִונג זאָל זײַן אויף אַ הויכן ניוואָ. ניט ווייניק יונגע אַמעריקאַנער מוזיקער קלײַבן זיך איבער קיין אייראָפּע, ווײַל דאָרט ווייסט מען ווי אָפּצושאַצן די אייגענע קולטור־ירושה און מע גיט אַ מוזיקער צו לעבן.

די היסטאָרישע הויפּטשטאָט פֿון דער קלאַסישער מוזיק איז ווין, פֿריִער די הויפּטשטאָט פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע. דאָרטן האָבן געלעבט און געאַרבעט די גרעסטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון סוף 18טן, אָנהייב 19טן יאָרהונדערט: הײַדן, מאָצאַרט, בעטהאָווען און שובערט. מיט הונדערט יאָר שפּעטער זײַנען אויך צוגעקומען שענבערג און די “צווייטע ווינער שול”, אָבער די מאָדערניסטן האָבן זיך קיין מאָל ניט געקענט פֿאַרגלײַכן מיט די “קלאַסיקער” אין דער פּאָפּולערער קולטור. מאָצאַרט און בעטהאָווען זײַנען געוואָרן אמתע פֿאָלקס־העלדן, וואָס וועגן זיי שרײַבט מען כּסדר ניט בלויז ביכער און אַרטיקלען, נאָר מע מאַכט אויך פֿילמען, פֿעסטיוואַלן און פּראָגראַמען פֿאַר אַ ברייטן עולם.

אַ דאַנק זײַן גרויסער פּאָפּולערקייט, האָט זיך געשאַפֿן אַרום מאָצאַרטן אַ גאַנצע מיטאָלאָגיע. געוויסע מעשׂיות האָבן זיך אַזוי אָפֿט איבערגעחזרט אין די ביאָגראַפֿיעס און פֿילמען, אַז ס’איז כּמעט אוממעגלעך פּטור צו ווערן פֿון זיי. נאָר אין ווין גופֿא, וווּ איך האָב איצט פֿאַרבראַכט 10 טעג, האָב איך געהאַט אַ געלעגנהייט אַ ביסל צו אַנטדעקן דעם אמתן מאָצאַרט.

ייִדן האָבן געשפּילט אַ ספּעציעלע ראָלע אינעם מאַכן פֿון מאָצאַרט אַ סימבאָל פֿאַר אַלץ, וואָס איז גוט און שיין אין דער אייראָפּעיִשער קולטור. כאָטש די נאַציס האָבן געפּרוּווט צו שאַפֿן אַן “אַרישן” מאָצאַרט, האָבן די ייִדישע פּליטים געוווּסט, אַז דער קאָמפּאָזיטאָר האָט געאַרבעט נאָענט צוזאַמען מיט ייִדן, למשל, מיט לאָרענזאָ דאַ פּאָנטע — אַ משומד פֿון ווענעציע, דער מחבר פֿון די ליברעטאָס פֿאַר דרײַ מאָצאַרט־ אָפּערעס, וואָס האָט זיך שפּעטער באַזעצט אין ניו־יאָרק. אויפֿגעקלערטע ווערק, ווי “פֿיגאַראָס חתונה” און “די פֿאַרכּישופֿטע פֿלייט”, אָטעמען מיט אַ גײַסט פֿון פֿרײַהייט, טאָלעראַנץ, און מיט פּראָטעסט קעגן דער אַלטער סאָציאַלער היעראַרכיע.

אויך צווישן מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָט מאָצאַרט געהאַט אַ סך אָנהענגער. דער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין האָט אים ממש פֿאַרגעטערט, אַזוי ווי אין זײַן ליד “מאָצאַרט”, אָנגעשריבן אין 1946:

ס’האָט זיך מיר געחלומט,
גויים האָבן מאָצאַרטן געקרייציקט
און אים באַגראָבן אין אַן אייזל-קבֿר.
נאָר ייִדן האָבן אים געמאַכט פֿאַר גאָטס מענטש
און זײַן געדעכעניש געבענטשט.

זײַן אַפּאָסטאָל בין איך איבער דער וועלט געלאָפֿן
און באַקערט יעדער איינעם וואָס כ’האָב געטראָפֿן.
אומעטום וווּ כ’האָב געכאַפּט אַ קריסט,
האָב איך אים געשמדט אויף אַ מאָצאַרטיסט.

ווי וווּנדערלעך איז פֿון געטלעכן מענטש
זײַן מוזיקאַלישער טעסטאַמענט
ווי דורכגענאָגלט מיט געזאַנג
זײַנען זײַנע ליכטיקע הענט.
אין זײַן גרעסטער נויט,
האָבן בײַם געקרייציקטן זינגער
געלאַכט אַלע פֿינגער.
אין זײַן וויינענדיקסטן טרויער,
האָט ער נאָך מער ווי זיך אַליין
ליב געהאַט דעם שכנס… אויער.

ווי אָרעם און ווי קאַרג,
אַנטקעגן מאָצאַרטס פאָרבלײַב,
איז די דרשה אויפֿן באַרג.

כאָטש גלאַטשטיינס “מאָצאַרטיזם” האָט אַ שטאַרק קריסטלעכן בײַטעם, קען מען זאָגן, אַז דאָס איז טאַקע געווען די רעליגיע פֿון אַ סך וועלטלעכע ייִדן פֿון זײַן דור. קונסט און שיינקייט זײַנען געווען די העכסטע ווערטן אין מענטשלעכן לעבן, און מאָצאַרט האָט זיי רעפּרעזענטירט צום בעסטן. די ייִדן זײַנען געוואָרן, לויט גלאַטשטיין, די אמתע יורשים פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור, ווײַל די קריסטלעכע אייראָפּעער האָבן זי צעשטערט.

ווי די מאָצאַרט־מיטאָלאָגיע זאָל ניט האָבן געהאָלפֿן די ייִדישע פּליטים פּסיכאָלאָגיש בײַצוקומען זייערע שווערע איבערלעבענישן, קענען מיר הײַנט זיך דיסטאַנצירן פֿון איר און קוקן אויף אים מער אָביעקטיוו. מאָצאַרט איז ניט געווען קיין צדיק און אַ סך, וואָס מען דערציילט וועגן אים, איז ניט געשטויגן, ניט געפֿלויגן.

קודם־כּל, איז ער ניט געווען קיין אָרעמאַן, וואָס האָט געהונגערט לטובֿת זײַן קונסט. פֿאַקטיש האָט מאָצאַרט פֿאַרדינט זייער גוט און געלעבט ווי אַ גראַף, כאָטש ער האָט ניט געשטאַמט פֿון דער אַריסטאָקראַטיע. די צרה איז געווען, וואָס ער האָט צעטרענצלט דאָס געלט, געליִען צו ניט־פֿאַרלאָזלעכע חבֿרים, וואָס האָבן עס ניט אומגעקערט צוריק, און שפּעטער געדאַרפֿט באָרגן גרויסע סומעס. צום סוף, האָט מען אים טאַקע באַגראָבן אין אַ מאַסן־קבֿר ווײַט פֿון דער שטאָט, אָבער דאָס איז געווען אָנגענומען בײַ אויפֿגעקלערטע ווינער פֿון יענער צײַט.

לויט אַ צווייטן מיטאָס איז מאָצאַרט געפֿאַלן אַ קרבן, אפֿשר פֿאַרסמט געוואָרן פֿון זײַן קאָנקורענט, דעם ווינער הויף־קאָמפּאָזיטאָר אַנטאָניאָ סאַליערי. אינעם פֿילם “אַמאַדעוס” הרגעט אים סאַליערי דורך פּסיכאָלאָגישע מיטלען, מיט דער אויפֿגאַבע צו שאַפֿן אַ “רעקוויעם” (מעסע פֿאַר אַ טויטן) פֿאַר זיך אַליין. מאָצאַרט איז טאַקע געשטאָרבן איידער ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן “רעקוויעם”, אָבער היסטאָריקער ווייסן, אַז סאַליערי האָט אין דעם ניט געשפּילט קיין ראָלע, און פֿאַקטיש זײַנען די צוויי גרויסע פּערזענלעכקייטן געווען פֿרײַנד.

אַ דריטער מיטאָס, וואָס איז נאָר אויפֿגעקומען אין די 1990ער יאָרן, איז דער אַזוי גערופֿענער “מאָצאַרט־עפֿעקט”: אַז מען ווערט קליגער, הערנדיק מאָצאַרטס מוזיק. אַ סך פֿאָרשער האָבן געפּרוּווט אים צו באַווײַזן מיט פֿאַרשיידענע עקספּערימענטן, און ס’איז אויפֿגעקומען אַ גאַנצע אינדוסטריע פֿון “מאָצאַרט פֿאַר עופֿעלעך” — רעקאָרדירונגען, וואָס זאָלן כּלומרשט העלפֿן, אַז די עופֿעלעך זאָלן אויסוואַקסן אַזעלכע וווּנדערקינדער ווי מאָצאַרט איז געווען. וויסנשאַפֿטלעך איז דער “מאָצאַרט־עפֿעקט” נאָך זייער באַשטרײַטלעך, און עס זעט אויס, ווי ער באַשטייט פּשוט פֿון דעם, וואָס דער צוהערער ווערט אַ ביסל אויפֿגעמונטערט פֿון דער פֿריילעכער מוזיק.

פֿון דעסטוועגן, אַפֿילו אויב מאָצאַרט איז ניט געווען קיין צדיק און ניט קיין גאָט, איז ער פֿאָרט געווען זייער אַ טאַלאַנטירטער מענטש, וואָס האָט באַוויזן, פֿאַר זײַן פֿריצײַטיקן טויט צו 35 יאָר, צו שאַפֿן אַ באַרג מיט אויסערגעוויינטלעכער מוזיק, וואָס האָט דערווײַל געבראַכט פֿרייד צו ביליאָנען מענשטן איבער דער וועלט. אַזוי ווי דער שרײַבער פֿון די שורות איז אויך אַלט 35 יאָר און האַלט נאָך ניט דערבײַ, קען איך גלייבן אַ ביסל אין דער מאָצאַרט־מיטאָלאָגיע און זיך אויך האַלטן פֿאַר אַ מאָצאַרטיסט.