מאָנטיק, דעם 4טן נאָוועמבער, אינעם זאַל פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע אין ניו-יאָרק, איז פֿאָרגעקומען אַן אָוונט, געווידמעט 100 יאָר נאָכן טרויעריק־באַרימטן בייליס־פּראָצעס. דער אָוונט אויף דער אַלגעמיינער טעמע, „באַטראַכטנדיק דעם בייליס־פּראָצעס‟, איז אַײַנגעאָרדנט געוואָרן פֿונעם ייִוואָ, דעם מוזיי פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט און דעם “עלדרידזש־סטריט מוזיי”. צווישן די באַטייליקטע זענען געווען: ד׳׳ר דזשאָנאַטאָן ברענט (ייִוואָ), וועלכער האָט געפֿירט די אונטערנעמונג; די מוזיקער ד׳׳ר לאָרין סקלאַמבערג און ליסאַ גוטקין; די פּראָפֿעסאָרן ד׳׳ר עליסאַ בן־פּורת (קווינס-קאָלעדזש, ניו-יאָרק) און ד׳׳ר ראָבערט ווײַנבערג (סוואַרטמאָר-קאָלעדזש, פּענסילוועניע); דער זשורנאַליסט עדמונד לעווין; די היסטאָריקערין ד׳׳ר אַנאַ פּאָלאַנד, און דזשיי בייליס, דאָס אייניקל פֿון מנחם־מענדל בייליס.
דער אָוונט האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ קורצער אַרײַנפֿיר־רעדע פֿון ד׳׳ר יעקבֿ ווײַס, דער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט, וואָס האָט באַדאַנקט די פֿאַרשידענע אָנטייל־נעמער, דעם ייִוואָ און דעם “עלדרידזש־סטריט מוזיי”, פֿאַרן העלפֿן מקיים צו זײַן די פּראָגראַם. ד׳׳ר ווײַס האָט באַטאָנט, אַז כאָטש דער בייליס־פּראָצעס איז פֿאָרגעקומען גענוי מיט 100 יאָר צוריק, איז די טעמע בלוט־בילבול נאָך אַלץ אַן אַקטועלע.
דערנאָך האָט גערעדט דזשאָנאַטאָן ברענט, וואָס האָט דערמאָנט, אַז חנה מלאָטעק איז פֿריִער אַ טאָג ניפֿטר געוואָרן און אַז „דאָס ליד פֿון מענדל בייליס‟, וואָס די צוויי מוזיקער וועלן באַלד שפּילן, איז ווי אַ סך ייִדישע לידער, ברייט פֿאַרשפּרייט געוואָרן, אַ דאַנק חנה און יאָסל מלאָטעקס לידער־זאַמלונגען. ד׳׳ר ברענט האָט איבערגעבן אַ פּאָר פּערזענלעכע דערמאָנונגען וועגן חנה און געמאָלדן, אַז דער אָוונט ווערט געווידמעט איר אָנדענק.
דערנאָך זענען אויפֿגעטראָטן די מוזיקער ד׳׳ר לאָרין סקלאַמבערג און ליסאַ גוטקין, וועלכע האָבן געשפּילט „דאָס ליד פֿון בייליס‟, אַ ייִדישע באַלאַדע פֿון 7 מינוט, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם בייליס־פּראָצעס און באַוויינט דעם ביטערן גורל פֿון בייליס, וואָס שמאַכט אין תּפֿיסה, און זײַן משפּחה. לאָרין סקלאַמבערג האָט דאָס ליד שיין געזונגען און זיך באַגלייט אויף דער האַרמאָניקע. ליסאַ גוטקין האָט אים צוגעשפּילט אויפֿן פֿידל.
די קומענדיקע רעדנערין, ד׳׳ר עליסאַ בן־פּורת, האָט געגעבן אַן איבערבליק פֿונעם פּראָצעס און די צוויי יאָר, וואָס בייליס איז געזעסן אין טורמע. זי האָט דערקלערט ווי דער פּראָצעס האָט אָפּגעשפּיגלט פֿאַרשידענע טענדענצן אין די לעצטע יאָרן פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער רוסישער אימפּעריע. די צאַרישע מאַכט האָט שטאַרק מורא געהאַט, אַז די רעוואָלוציאָנערע, מאָדערניסטישע כוואַליע וועט זיך פֿאַרשפּרייטן איבער גאַנץ רוסלאַנד, און אָפּשוואַכן דאָס טראַדיציאָנעל־קריסטלעך לעבן צווישן די רוסישע מאַסן. אין אַזאַ תּקופֿה פֿון אומרויִקייט, סאָציאַלע ענדערונגען און עקאָנימישן קריזיס זענען די ייִדן געוואָרן אַ כּפּרה־הינדל, וואָס די צאַרישע מאַכט האָט זיי באַשולדיקט אין שאַפֿן פֿאַרשידענע פּראָבלעמען.
צוליב דעם האָט געבושעוועט דער אַנטיסעמיטיזם, צוזאַמען מיטן חשד בײַ געוויסע צאַרישע באַאַמטע, אַז די ייִדן באַטייליקן זיך אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנספּיראַציע צו מאַכן אַ סוף פֿונעם צאַרישן רעזשים. אַזעלכע באַאַמטע האָבן פֿריִער געזען אויך די “ייִדישע האַנט” אין דער שרעכלעכער מפּלה פֿון רוסלאַנד בעת דער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה (1904־1905), און האָבן געזוכט אופֿנים ווי אַזוי צו באַשולדיקן די ייִדן אין אַנדערע „פֿאַרברעכנס‟.
ד׳׳ר בן־פּורת האָט דערמאָנט אין איר רעדע, אַז נאָך דעם, וואָס מ׳האָט דעם 12טן מאַרץ 1913, געפֿונען דעם דערהרגטן ייִנגל אַנדריי יושטשינסקי, אין אַ הייל לעבן אַ ציגל־פֿאַבריק, האָבן די קיִעווער דעטעקטיוון לכתּחילה געוואָלט אַרעסטירן די עכטע מערדערס פֿונעם ייִנגל. גרעסערע כּוחות אין די “הויכע צאַרישע פֿענצטער” האָבן זיך אָבער אַרײַנגעמישט און באַשולדיקט בייליסן אינעם מאָרד, טענהנדיק, אַז ער האָט דאָס ייִנגל געשטאָכן 47 מאָל מיט אַן אָל, כּדי אַרויסבאַקומען בײַ אים דאָס בלוט. צו דער זעלביקער צײַט האָבן הויכע באַאַמטע אינעם יוסטיץ־מיניסטעריום אונטערגעשטיצט דאָס דרוקן אַנטיסעמיטישע פֿלוג־בלעטלעך, וועלכע האָבן געטענהט, אַז די ייִדן הרגענען קריסטלעכע קינדער, ווײַל זיי דאַרפֿן זייער בלוט, צו באַקן מצה.
ד׳׳ר בן־פּורת האָט דערקלערט, אַז די רוסישע פּראָקוראָרן האָבן פּרובירט צו דערווײַזן, אויף אַ „וויסנשאַפֿטלעכן אופֿן‟, דורכן עדות־זאָגן פֿון פֿאַרשידענע גלחים און פּראָפֿעסאָרן, אַז די ייִדן הרגענען קריסטעלכע קינדער פֿאַר זייערע ריטועלע צוועקן. אַ ריזיקע פּראָבלעם פֿאַר דער פּראָקוראַטור איז אָבער געווען דער פֿאַקט, וואָס בייליס אַליין איז ניט געווען קיין פֿרומער. אַנדריי יושטשינסקי איז דערמאָרדעט געוואָרן אום־שבת, און מע האָט פֿאַרדעכטיקט בייליסן, ווײַל ער האָט דעם טאָג געאַרבעט אין דער דערבײַיִקער ציגל־פֿאַבריק. פֿאַר וואָס וואָלט אַ ניט־פֿרומער ייִד געהרגעט אַ קינד צוליב פֿרומע זאַכן, אַז ער איז אַליין ניט פֿרום? קיין לאָגיק אינעם בילבול האָט מען זיכער ניט געזוכט. בייליס׳ אַדוואָקאַטן האָבן איבערצײַגט די זשורי, אַז בייליס איז ניט שולדיק, און נאָך צוויי יאָר טורמע איז בייליס באַפֿרײַט געוואָרן.
דער קומענדיקער רעדנער, ד׳׳ר ראָבערט ווײַנבערג, האָט געשילדערט, ווי אַזוי די ייִדן אַרום דער וועלט בכלל און אין אַמעריקע בפֿרט האָבן רעאַגירט אויף דעם עקלדיקן בייליס־ענין. ד׳׳ר ווײַנבערג האָט דערקלערט, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע האָט געהאַלטן, אַז דער פּראָצעס איז געווען אַ קאָלעקטיווע טראַגעדיע פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק; עס זענען אויפֿגעפֿירט געוואָרן צענדליקער פּיעסעס אַרום דער וועלט, וועלכע האָבן באַהאַנדלט די טעמע. צוליב די אַלע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, האַלט ד׳׳ר ווײַנבערג, איז דער פּראָצעס און בייליס אַליין געוואָרן נאָך מער באַקאַנט.
אין דער זעלביקער צײַט האָבן אַ סך קריטיקער פֿאַרדאַמט די טעאַטער־אימפּרעסאַריאָס, וועלכע האָבן פֿיל פּראָפֿיטירט דערפֿון, פֿאַרקיפּטלט די מעשׂה, זי זאָל זײַן וואָס מער סקאַנדאַליעז. אין איין נוסח אַזעלכן האָט בייליסעס טאָכטער חתונה געהאַט מיט איר פֿאָטערס אַ תּפֿיסה־וועכטער, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די אמתע טאָכטער איז נאָך דעמאָלט געווען אַ קליין קינד.
דער קומענדיקער רעדנדער, ד׳׳ר אַנאַ פּאָלאַנד, האָט געשילדערט בייליס׳ גרויסע לוויה, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1934 בײַ דער “עלדרידזש־סטריט שיל”. די לוויה האָט צוגעצויגן אַן עולם פֿון איבער 3,000 מענטשן, כאָטש ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן בייליסן פּערזענלעך ניט געקענט. ד׳׳ר פּאָלאַנד האָט דערקלערט, אַז ניט געקוקט אויף דעם וואָס בייליס איז מיט 20 יאָר פֿריִער געווען אַ באַקאַנטער פֿאָלקס־העלד, האָבן ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן שוין לאַנג געהאַט פֿאַרגעסן אין אים. די ייִדישע טאָג־צײַטונג, „דער טאָג‟, האָט געטאַדלט אירע לייענער, אַז זיי האָבן פֿאַרגעסן אין אַ מענטש, וואָס האָט אַזוי געליטן אויפֿצוהאַלטן זייער כּבֿוד. ד׳׳ר פּאָלאַרד האָט באַמערקט, אַז די צײַטונג האָט אויסגענוצט בייליס׳ לוויה ווי אַ געלעגנהייט צו קריטיקירן די אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָבן געהאַלטן אין איין אַסימילירן זיך.
צום סוף איז פֿאַרגעקומען אַ פּאַנעל פֿון די אויבן־דערמאָנטע געלערנטע און דעם זשורנאַליסט עדמונד לעווין, וועמענס נײַ בוך וועגן דעם בייליס־פּראָצעס, „אַ קינד פֿון קריסטלעכן בלוט; מאָרד און קאָנספּיראַציע אין צאַרישן רוסלאַנד: דער בייליס בלוט־בילבול‟ (A Child of Christian Blood: Murder and Conspiracy in Czarist Russia: The Beilis Blood Libel) וועט אין פֿעברואַר דערשײַנען אינעם „שאָקען פֿאַרלאַג‟. דער פּאַנעל, צוזאַמען מיט דזשיי בייליס, האָט דיסקוטירט די וויכטיקייט פֿונעם פּראָצעס אין דער הײַנטיקער צײַט און געענפֿערט אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.