דער 31־יאָריקער באָקסער דמיטרי סאַליטאַ איז אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד, וואָס שטאַמט פֿון אוקראַיִנע. פֿאַר אַ צאָל יונגע ייִדישע ספּאָרטלער דינט ער ווי אַ מוסטער נאָכצופֿאָלגן. זײַענדיק אַ באָקסער פֿון דער האַלב־מיטעלער וואָג־קאַטעגאָריע (welterweight), האָט ער במשך פֿון זײַן 12־יאָריקער קאַריערע געוווּנען 33 מאָל — אַ זעלטענער רעקאָרד — און פֿאַרשפּילט בלויז איין מאָל.
אין אַ שמועס מיט רפֿאל געלער פֿונעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, האָט סאַליטאַ דערציילט וועגן זײַנע פּלענער, זײַן מעגלעכן קומענדיקן לעבן אין ישׂראל, און זײַן אומגעוויינטלעכן מצבֿ ווי אַן אָרטאָדאָקסישער פּראָפֿעסיאָנעלער באָקסער.
מיט עטלעכע חדשים צוריק, ווען מע האָט אָפּגעשאַפֿט זײַן פּלאַנירטן פֿאַרמעסט מיט העקטאָר קאַמאַטשאָ, האָט סאַליטאַ געטראַכט צו פֿאַרלאָזן דעם פּראָפֿעסיאָנעלן באָקס. לויט זײַן מיינונג, איז דער דאָזיקער ספּאָרט פֿאַרבונדן מיט צופֿיל פּאָליטישע אינטריגעס. ער האָט אָבער באַשלאָסן ממשיך צו זײַן די באָקס־קאַריערע. דעם 9טן נאָוועמבער, נאָך שבת, פֿאַרמעסט ער זיך מיטן פּאָפּולערן ניו־יאָרקער באָקסער געבריעל בראַסעראָ.
אינעם יאָר 2010, האָט סאַליטאַ געשאַפֿן זײַן אייגענע פֿירמע „Salita Promotions‟, וועלכע האָט געהאָלפֿן צו פֿאַרגרעסערן זײַן אייגענע פּאָפּולאַריטעט און פּאָפּולאַריזירט אַ צאָל אַנדערע וועלט־באַקאַנטע געראַנגלער. די לעצטע וואָכן האָט ער פֿאַרבראַכט אין פֿלאָרידע, זיך טרענירנדיק מיט אַדאָניס סטיווענסאָן, דער איצטיקער טשעמפּיאָן פֿון דער האַלב-שווערער וואָג־קאַטעגאָריע, און מיט ענטאָני דירעל, אַן באַקאַנטער מיטל־וואָגיקער באָקסער.
סאַליטאַ האָט איבערגעגעבן, אַז רעליגיע שפּילט אַ גרויסע ראָלע אין זײַן לעבן. אין דער שטאָט באָקאַ־ראַטאָן, פֿלאָרידע, פֿירט ער באָקס־טרענירונגען אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וועלכע באַציט זיך צו דעם גאַנץ פּאָזיטיוו. זײַן ווײַב איז אַ ישׂראלדיקע בירגערין; אין דער צוקונפֿט וועלן זיי, מעגלעך, אַוועקפֿאָרן קיין ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.