גוט וואָס די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין דעם געריכט פֿון ירושלימער ראַיאָן אַרויסגעגעבן דעם פּסק פֿונעם מישפּט איבער אַבֿיגדור ליבערמאַן, דעם געוועזענעם און צוקונפֿטיקן אויסערן-מיניסטער פֿון ישׂראל, און דעם הויפּט-„מאָנסטער‟ פֿון דעם רעכטן לאַגער, אין די אויגן פֿון די לינק-געשטימטע. אַזוי אַרום האָט זיך ישׂראל געקענט פֿאַרגינען אַ שטיקל הפֿסקה, נישט טראַכטן מער, כאָטש אויף אַ טאָג-צוויי, וועגן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן, אָדער די געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער, וואָס זינקען אַלץ טיפֿער אין דער בלאָטע אַרײַן.
דער פּראָצעס קעגן ליבערמאַן האָט זיך קאָנצענטרירט איבער־הויפּט אַרום דער פּרשה, וואָס איז באַטיטלט געוואָרן מיטן נאָמען „די אַמבאַסאַדאָר־פּרשה‟. ליבערמאַן איז באַשולדיקט געוואָרן אין דעם, וואָס אין זײַנעם אַ באַזוך אין ווײַסרוסלאַנד, זײַענדיק אינעם האָטעל־צימער צוזאַמען מיט דעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר, זאבֿ בן-אַריה, האָט דער אַמבאַסאַדאָר דערלאַנגט אים אַ קאָנווערט, אין וועלכן ס‘איז געלעגן אַ געהיימע בקשה פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליציי צו דער ווײַסרוסישער רעגירונג, אַרויסצובאַקומען יורידישע הילף בײַ דער אויספֿאָרשונג, וואָס ווערט געפֿירט קעגן ליבערמאַן.
ליבערמאַן האָט געטענהט, אַז ער האָט רעאַגירט קורץ און שאַרף אויף דער קרומער אויפֿפֿירונג פֿון דעם אַמבאַסאַדאָר: „וואָס מאַכסטו שטותים?‟ — האָט ער אים געזאָגט, — צעריסן דעם בריוו, אַרײַנגעוואָרפֿן אין טואַלעט און אַראָפּגעלאָזט דאָס וואַסער. דער מדינה־פּראָקוראָר האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו באַווײַזן, אַז ליבערמאַן האָט זיך שפּעטער פּערזענלעך אַרײַנגעמישט, כּדי צו נאָמינירן דעם אַמבאַסאַדאָר אויף אַ ריי העכערע פּאָסטנס אין דעם אויסערן־מיניסטעריום און, אַז ער האָט דאָס געטאָן נאָר אָדער, דער עיקר, כּדי אַרויסצוּווײַזן זײַן דאַנקבאַרקייט פֿאַר די געהיימע פּרטים. די ליבערמאַן־פֿאָרשונג, האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1999 און האָט זיך געשלעפּט 15 יאָר, אַ צײַט־אָפּשניט, וואָס איז לחלוטין אומבאַגרײַפֿלעך. אָט די פֿאָרשונג האָט זיך געענדיקט דערמיט, וואָס דער זעלבער מדינה־פּראָקוראָר האָט באַשלאָסן נישט אָנקלאָגן ליבערמאַן אין געריכט, ווײַל די באַווײַזן זענען געווען צו שוואַכע. ער האָט געוואָלט זיך אָפּשפּאָרן אַ מפּלה אין געריכט און איז אַרײַנגעפֿאַלן מיט דעם איצטיקן ענין.
די ריכטער האָבן טאַקע אַרויסגעגעבן דעם פּסק־דין — אומשולדיק, אָבער אין איין אָטעם האָבן זיי געשריגן, אַז ליבערמאַנס אויפֿפֿירונג שטימט נישט מיט די הויכע סטאַנדאַרטן, וואָס ווערן פֿאַרלאַנגט פֿון אַ „שליח־ציבור‟; אָבער עס איז נישט באַוויזן געוואָרן, וואָס זשע ליגט מער אין דעם גאַנצן ענין: טיפּשות, צי אַ ריכטיקער מחשבֿות־גאַנג. איצט וועט ליבערמאַן מוזן אויסשטיין דעם אמתן געריכט — פֿון דעם ישׂראל־ציבור. אויב צו גלייבן די קאָלומניסטן, וואָס זענען, אַגבֿ, געקנאָטן פֿון איין „לינקן טייג‟ — איז ליבערמאַן שולדיק, און איז נישט ראָוי זיך אומצוקערן צו פּאָליטישער טעטיקייט. זיי האָבן איינשטימיק אַרויסגעגעבן זייער פּסק, נאָך פֿאַרן געריכט, וואָס איז שוואַרצער פֿון שוואַרץ: ישׂראל האָט נישט קיין לײַטישע יורידישע סיסטעם, די פּאָליציי באַשטייט פֿון הוילע פּאַרטאַטשן. אַלע זענען זיי שולדיק!
ליבערמאַנס פֿריִערדיקער, רוסישער, נאָמען, איוועט, האָט זיך אומגעקערט צו די שפּאַלטן פֿון די צײַטונגען — אויס אַבֿיגדור און ווידער איוועט.
„איוועט‟ שמעקט עפּעס מיט אַ צונאָמעניש פֿון אַ מאַפֿיאָנער; מיט קאָרופּציע, שמוץ און פֿרעמדקייט און דאָס, טענהן זיי, זאָגט שוין אַליין עדות וועגן ליבערמאַן, ווער ער איז. דאָס אומקערן זיך צום רוסישן נאָמען ווײַזט, ווי ווײַט ליבעראַל און אָפֿן זענען אָט די קאָלומניסטן, וואָס נוצן אַזוינע טיטלען. שעלי יעכימאָוויטש, אַ שטייגער, האָט געלאָזט וויסן, אַז עס איז בכלל נישט וויכטיק וואָס עס האָבן געפּסקנט די ריכטער; בײַ איר איז ער נאָר אַלץ שולדיק. עס איז אומעטיק, אַז אַזאַ אַרויסזאָג קומט גראָד אַרויס פֿון עמעצן, וואָס נעמט זיך כּסדר אָן די קריוודע פֿאַר דעם הויכן געריכט און דער יורידישער סיסטעם. עס שײַנט, אַז צו פֿאַרטיידיקן די דאָזיקע סיסטעם איז יעכימאָוויטש גרייט נאָר און בלויז דעמאָלט, ווען די פּסקן שטימען מיט אירע אייגענע איבערצײַגונגען.
ליבערמאַנס דערנער־וועג אין דער יורידישער סיסטעם ענדיקט זיך אָדער האַלט בײַם סוף, אָבער אין פּאָליטיק הייבט ער זיך ערשט אָן. די גרעסטע פּראָבלעם זײַנע איז, אַז די וואָס עס זענען אַמאָל געווען זײַנע נאַטירלעכע שטיצער — די „רוסישע‟־ישׂראלים, גייען אַריבער זייער אַ מעכטיקן און קלאָרן פּראָצעס פֿון ישׂראליזאַציע. זיי ליגן שוין נישט אין קיין שום „רוסישער קעשענע‟, זאָל דאָס זײַן שטשעראַנסקי אָדער ליבערמאַן. ווער קען זיך הײַנט אויסמאָלן, אַז אַמאָל האָט געקאָנט אַזאַ לאָזונג, ווי „אינערלעכער מיניסטעריום — אין אונדזערע הענט‟ (אין רוסיש, פֿאַרשטייט זיך!), אַרײַנברענגען אַזוי פֿיל שטימען?! ווער זשע וועט שטימען הײַנט פֿאַר אַ רוסישער פּאַרטיי, אויסער אַלטע-לײַט?
צווייטנס, זײַן עטוואָס ברוטאַלער, גראָדליניקער סטיל זעט אויס ווי אַ פּאָליטישער אַנאַכראָניזם; און עס שטימט נישט מיט די הײַנטיקע ווינטן. אַוודאי, געוויסע ציבורים געפֿעלן פּאָליטיקער פֿון זײַן שניט, אָבער ער וועט דערמיט שוין נישט קענען אײַננעמען ווײַטער די „ליכּודניקעס‟, אַפֿילו נישט די סאַמע איבערצײַגטע.
וווּהין זאָל ער גיין? ער וועט מסתּמא גיין מער אויף רעכטס, כּדי זיך קויפֿן אַ „שטאָט‟ בײַ דער מיזרח-וואַנט פֿון די רעכטע האַרטע ניס, וואָס האָבן געשטימט פֿאַר בענעטן אין די לעצטע וואַלן, און מער אויף „לינקס‟; ער וועט אַרויסווײַזן מער ענינים, וואָס שייך מדינה און רעליגיע, כּדי זיך צוגעבן אַן אייגענעם קאָליר, וואָס איז רעכט און וועלטלעך, להיפּוך פֿון בענעט, וואָס קען נישט זײַן וועלטלעך, און לפּיד, וואָס קען נישט זײַן „רעכט‟. איך האַלט, אַז ליבערמאַן האָט שוין דערגרייכט דעם שפּיץ פֿון זײַן פּאָליטישן כּוח, און אַצינד הייבט זיך אָן זײַן ירידה. די איינציקע פֿראַגע בלײַבט נאָר: ווי לאַנג וועט זי אָנהאַלטן ביז ער וועט אין גאַנצן פֿאַרלאָזן דאָס פּאָליטישע לעבן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.