די וואָך האָט דער Forward פּובלקירט זײַן יערלעכע רשימה פֿון די 50 וויכטיקסטע ייִדן פֿונעם יאָר. ווי עס גיט איבער די שעף־רעדאַקטאָרין, דזשיין אײַזנער, איז 2013 געווען אַ יאָר, ווען די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה האָט אָנגעהויבן זיך אָפּצוגעבן אַן ערנסטן חשבון־ונפֿש, בפֿרט נאָך דעם ווי די „פּיו‟־אַנקעטע האָט דערוויזן, אַז די ייִדישע יוגנט ווערט אַלץ מער אָפּגעפֿרעמדט פֿון די סטאַנדאַרטע מעסטמיטלען פֿון ייִדישן אידענטיטעט.
אין דער זעלבער צײַט, האָבן אַ צאָל אינדיווידועלע אַמעריקאַנער ייִדן אַרויסגעוויזן אַ זעלטענע שעפֿערישקייט און ענערגיע, סײַ אין דער ייִדישער וועלט, סײַ אין דער געזעלשאַפֿט בכלל. דורך דער רשימה וויל דער Forward אָפּגעבן כּבֿוד די ייִדישע פֿיגורן, און דערבײַ אינספּירירן אַנדערע ייִדן צו גיין אין זייערע דרכים.
יעדן טאָג די וואָך וועט דער „פֿאָרווערטס‟ אַרויסשטעלן עטלעכע פֿון די באַערטע יחידים, פֿון אַ געוויסער קאַטעגאָריע, און מיר וועלן הײַנט אָנהייבן מיט צוויי פּערזענלעכקייטן, וועלכע האָבן ממשותדיק געגעבן צו שטײַער דער וועלט פֿון ייִדיש:
ווען שלום ביינפֿעלד, אַ מיט־רעדאַקטאָר פֿונעם נײַעם „אַרומנעמיקן ייִדיש־ענגלישן ווערטערבוך‟, האָט שטודירט אין פּאַריז אין די 1950ער, איז די ייִדישע שפּראַך נישט געווען קיין טייל פֿון זײַן גראַדויִר־אַרבעט. אָבער האָבנדיק דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים, האָט די ייִדיש־רעדנדיקע קהילה אין פּאַריז, און בפֿרט די „מעדעם־ביבליאָטעק‟, געמאַכט אויף אים אַ טיפֿן אײַנדרוק.
מיט יאָרן שפּעטער, האָט דער 79־יאָריקער פּענסיאָנירטער געשיכטע־פּראָפֿעסאָר, בשותּפֿות מיט דרײַ מיט־רעדאַקטאָרן — חיים באָכנער, אַ האַרוואַרד־געבילדעטער לינגוויסט, באַרי גאָלדשטיין, און יאַנקל סאַלאַנט — צונויפֿגעשטעלט אַ כּוללדיקן ווערטערבוך פֿון 37,000 ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן, אויפֿן סמך פֿון יצחק ניבאָרסקיס „ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך‟, וואָס איז טאַקע אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורך דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟. דאָס בוך, וואָס איז הײַיאָר פּובליקירט געוואָרן דורך Indiana University Press, איז אין גיכן געוואָרן אַ וויכטיקער מקור פֿאַר ייִדיש־סטודענטן און אַקאַדעמיקער איבער דער וועלט, און האָט, צום גרויסן טייל, פֿאַרביטן אוריאל ווײַנרײַכס „מאָדערן ענגליש־ייִדיש, ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך‟, וואָס איז ביז איצט געווען דאָס הויפּט־ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
ווי אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור אין האַרוואַרד, האָט רות ווײַס אויסגעשולט עטלעכע דורות ייִדישע אַקאַדעמיקער, שרײַבער און פּעדאַגאָגן. נאָך אַ לאַנגער פּראָדוקטיווער קאַריערע, האָט די 77־יאָריקע ווײַס הײַיאָר געמאָלדן, אַז זי גרייט זיך צו פּענסיאָנירן.
ווײַס האָט אָנגעשריבן אַ צאָל וויכטיקע ביכער; צווישן זיי The Modern Jewish Canon: A Journey Through Language and Culture (די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור: אַ וואַנדערוועג דורך שפּראַך און קולטור), וואָס האָט באַקומען דעם National Jewish Book Award.
אַ געבוירענע אין טשערנאָוויץ, איז ווײַס דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער היים אין מאָנטרעאָל, און אָנגעהויבן איר אַקאַדעמישע קאַריערע אין מאַק׳גיל אוניווערסיטעט. זי האָט פֿאַרענדיקט איר מאַגיסטער בײַ קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ זי האָט שטודירט מיט מאַקס און אוריאל ווײַנרײַך, באַקומען איר דאָקטאַראַט אין מאַק׳גיל און שפּעטער געגרינדעט די קאַטעדרע פֿון ייִדישע שטודיעס אין האַרוואַרד. ווײַס איז אָבער אויך באַקאַנט פֿאַר אירע קאָנטראָווערסאַלע שטעלונגען. זי האָט נישט איין מאָל קריטיקירט די הײַנטיקע ייִדישיסטן, וואָס, לויט איר, פּריידיקן אַן אידענטיפֿיקאַציע מיט דער ייִדישער שפּראַך אויפֿן סמך פֿון נאָסטאַלגיע און לינק־געשטימטע פּאָליטישע אידעאַלן, און אויסגעליידיקט פֿון איר רעליגיעזן כאַראַקטער. זי האָט אויך געשריבן אַ ריי אַרטיקלען אינעם רעכט־געשטימטן זשורנאַל Commentary, וועגן אַ ריי טעמעס, אַרײַנגערעכנט דעם מיטעלן מיזרח און פֿעמיניזם.
דער Forward האַלט אָבער נישט, אַז ווײַס׳ נישט־קאָנפֿאָרמיסטישע געדאַנקען זענען אַ חסרון. פֿאַרקערט: „איצט אַז ווײַס קומט צום סוף פֿון איר קאַריערע ווי אַ פּראָפֿעסאָר, וועט די וועלט פֿון ייִדישע שטודיעס אפֿשר זײַן אַ ביסל רויִקער, אָבער גלײַכצײַטיק — היפּש אָרעמער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.