נעכטן האָבן מיר געשריבן וועגן צוויי פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדיש־וועלט, וועלכע פֿיגורירן הײַיאָר אויף דער Forward 50 — די יערלעכע רשימה, וואָס דער Forward שטעלט צונויף, פֿון די 50 וויכטיקסטע ייִדן פֿונעם יאָר. הײַנט וועלן מיר דערציילן וועגן דרײַ ייִדן, וועלכע האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם געביט פֿון דער אַמעריקאַנער און ייִדישער קולטור: פֿיליפּ ראָט, האַנקוס נעצקי און מאַנדי פּאַטינקין.
ווען פֿיליפּ ראָט האָט מיט אַ יאָר צוריק געמאָלדן, אַז ער גייט זיך פּענסיאָנירן, האָט די ליטעראַרישע וועלט אויסגעדריקט אַ שאָק און רעאַגירט מיט לויב פֿאַר זײַנע ווערק, וואָס האָבן געוווּנען אָן אַ שיעור פּריזן במשך פֿון די יאָרן, אַרײַנגערעכנט די פּריסטיזשפֿולע National Book Award און PEN/Faulkner Award.
צוויי העלדן פֿון ראָטס ווערק זענען וועלט־באַרימט: נייטאַן צוקערמאַן — וועלכער האָט זיך באַוויזן צום ערשטן מאָל אינעם ראָמאַן My Life as a Man (מײַן לעבן ווי אַ מאַן) אין 1974, און דער נעווראָטישער אַמעריקאַנער ייִד — אַלכּסנדר פּאָרטנוי, פֿון Portnoy’s Complaint.
ראָטס שפּעטערדיקע ווערק האָבן טאַקע נישט געהאַט די זעלבע השפּעה אויף דער געזעלשאַפֿט ווי „פּאָרטנוי‟ און די צוקערמאַן־ביכער, אָבער ביזן הײַנטיקן טאָג זעט מען ראָטס השפּעה אויפֿן ייִנגערן דור שרײַבער. אין דעם נײַעם ראָמאַן The Love Affairs of Nathaniel P, שרײַבט די מחברטע אַדעל וואַלדמאַן וועגן אַ ליטעראַרישן יונגערמאַן, וועלכער לעבט אין ראָטס שאָטן, און דער שרײַבער שפּילט אויך אַ וויכטיקע ראָלע אין גאַרי שטיינגאַרטס קומענדיקן ראָמאַן Little Failure.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 30 יאָר איז האַנקוס נעצקי געווען אַ שטילער, אָבער מעכטיקער כּוח אינעם פֿאַרשפּרייטן די הײַנטצײַטיקע ייִדישע מוזיק.
ווי דער גרינדער פֿונעם Klezmer Conservatory Band אין 1980, איז נעצקי געווען פֿונעם ערשטן דור מוזיקער, וועלכער האָט אויפֿגעלעבט די טראַדיציאָנעלע קלעזמער־מוזיק. ער האָט אויך געשאַפֿן זײַנע אייגענע ווערק פֿאַר אַ צאָל אַלבאָמען, און געשאַפֿן די פּאַרטיטור פֿאַר קינאָ און ראַדיאָ. ווי אַ פֿאָרשער און עטנאָמוזיקאָלאָג, האָט ער אויך געשריבן אַ סך וועגן דער מוזיק־געשיכטע.
זײַן גרעסטער אויפֿטו איז אָבער ווי אַ טרענירער פֿון דורות ייִדישע מוזיקער דורך זײַן פּאָזיציע ווי דער הויפּט פֿונעם אָפּטייל פֿון הײַנטצײַטיקער אימפּראָוויזאַציאָנעלער מוזיק אינעם „ניו־אינגלאַנד קאָנסערוואַטאָרי אָוו מיוזיק‟. אונטער זײַן השגחה האָבן אַ צאָל יונגע דזשעז־ און קלאַסישע אינסטרומענטאַליסטן באַשלאָסן צו ווידמען זייערע טאַלאַנטן צו באַנײַען דעם ייִדישן רעפּערטואַר.
נעצקי האָט אויך געפֿונען אַ ברייטן עולם פֿאַר זײַנע פֿאָרשטעלונגען פֿון חזנישע ווערק בײַ געפּאַקטע זאַלן אינעם „באַרקליי־צענטער‟ אין ברוקלין און דעם „האָליוווּד־באָול‟ אין לאָס־אַנדזשעלעס.
אין דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Homeland, שפּילט מאַנדי פּאַטינקין דעם דירעקטאָר פֿון דער „סי־אײַ־איי‟, סאָול בערענסאָן — אַ וואַרעמע טאַטע־פֿיגור מיט שטאַרקע עטישע פּרינציפּן. דאָס איז בלויז איינע פֿון אַ סעריע ראָלעס, וואָס האָבן פֿאַוואַנדלט דעם 60־יאָריקן אַקטיאָר — אַ געוועזענער משורר אינעם כאָר פֿון אַ רעפֿאָרם־טעמפּל אין שיקאַגע — אין אַן אַמעריקאַנער לעגענדע.
אין 1980 האָט ער געוווּנען אַ „טאָני־פּרעמיע‟ פֿאַר זײַן ראָלע ווי טשע געוואַראַ אינעם בראָדוויי־מיוזיקל „עוויטאַ‟, און אין 1995 — אַן „עמי־פּרעמיע‟ פֿאַר זײַן הויפּט־ראָלע אין Chicago Hope. ער האָט אָבער אויך שטאַרק ליב צו זינגען אויף ייִדיש, און האָט אין 1998 רעקאָרדירט אַ צאָל שלאַגערס, ווי „בעלץ‟, „היי ציגעלעך‟ און „דער רבי אלימלך‟ אין זײַן אַלבאָם „מאַמע־לשון‟. דער דיסק האָט טאַקע געוווּנען אַן „עכאָ־פּרעמיע‟ — דער דײַטשער עקוויוואַלענט פֿון די אַמעריקאַנער „גראַמי־פּרעמיעס‟ פֿאַר מוזיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.