בלויז אַ קנאַפּע פּאָר זשורנאַליסטן זענען אָנגעקומען פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין חיפֿה אויף דער חנוכּת־הבית פֿונעם נײַעם מוזיי, געווידמעט דעם כּמעט פֿאַרגעסענעם קינסטלער הערמאַן שטרוק. אין דײַטשלאַנד, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, איז ער הײַנט אויך ווייניק באַקאַנט.
אינעם יאָר 1922, איז שטרוק אַוועקגעפֿאָרן פֿון דײַטשלאַנד קיין פּאַלעסטינע און האָט זיך באַזעצט אין חיפֿה, וווּ ער האָט געוווינט ביז זײַן טויט אין 1944, און געשפּילט אַ פּראָמינענטע ראָלע אינעם שטאָטישן סאָציאַל־קולטורעלן לעבן. אין זײַן צוויי־שטאָקיקן הויז, וווּ עס האָט זיך געעפֿנט דער קליינער מוזיי, וועט מען דורכפֿירן, אַחוץ דער שטענדיקער עקספּאָזיציע, פֿאַרשיידענע אויסשטעלונגן פֿון זײַנע ווערק. ס׳רובֿ אויסגעשטעלטע בילדער קומען פֿונעם חיפֿהר קונסט־מוזיי און פֿון נתן בערנשטיינס פּריוואַטער קאָלעקציע. אין דער צוקונפֿט, האָפֿט דער מוזיי צו באַקומען די שאַפֿונגען פֿון אַנדערע פּריוואַטע זאַמלער און מיטצואַרבעטן ווײַטער מיט רות אופֿק, די קוראַטאָרין פֿונעם „אָפֿענעם מוזיי‟, וועלכע האָט אָרגאַניזירט אַ גרויסע אויסשטעלונג פֿון שטרוקס ווערק אינעם יאָר 2008.
שטרוק איז באַקאַנט, כּל־קודם, מיט זײַנע אָפּגעדרוקטע בילדער. אינעם מוזיי שטייט זײַן אַלטער דרוק־פּרעס. ער איז אויך געווען אַ באַגאַבטער פּייזאַזשיסט און פּאָרטרעטיסט. אינעם יאָר 1908, האָט ער אַרויסגעגעבן אין בערלין אַ בוך, וווּ עס ווערן דערקלערט פֿאַרשיידענע מעטאָדן, ווי אַזוי מע קאָן אויסנוצן אויסגעעצטע מאַטעריאַלן (etching) אין קונסט. זײַנע קענטענישן האָבן משפּיע געווען אויף אַזעלכע באַרימטע מאָלער, ווי מאַרק שאַגאַל און יעקבֿ שטיינהאַרט. ווען ער האָט זיך באַזעצט אין חיפֿה, האָבן זיך בײַ אים געלערנט אַנאַ טיכאָ און נחום גוטמאַן.
בעתן עפֿענען דעם מוזיי, האָט מען אויסגעשטעלט שטרוקס פּאָרטרעטן פֿון טעאָדאָר הערצל און הענריק איבסען. אַזעלכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, ווי אַלבערט אײַנשטיין, זיגמונד פֿרויד, פֿרידריך ניטשע און אָסקאַר ווײַלד האָבן אויך באַשטעלט זייערע בילדער בײַם דאָזיקן קינסטלער, וועלכער האָט געהאַט אַ חידושדיקע ביאָגראַפֿיע.
שטרוק אָדער חיים־אַהרן בן דוד איז געבוירן געוואָרן אין בערלין, אינעם יאָר 1876, און דערצויגן געוואָרן אין אַן אָרטאָדאָקסישער משפּחה. שפּעטער איז ער געוואָרן אַסימילירט אין דער דײַטשישער וועלטלעכער קולטור, אָבער אין זײַן פּערזענלעך לעבן געבליבן אַ טראַדיציאָנעלער ייִד. אַ סך אינטעלעקטואַלן, קינסטלער און שרײַבער פֿלעגן כּסדר באַזוכט זײַן הויז. כּדי אונטערצושטרײַכן זײַן פֿאַרבינדונג מיט ייִדישקייט, האָט ער אָפֿט איבערגעלאָזט אַ מגן־דוד אויף זײַנע ווערק אָדער זיך אונטערגעשריבן מיט די ייִדישע אותיות.
שטרוק האָט אָפּגעדינט אין דער דײַטשישער אַרמיי בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה און באַלוינט געוואָרן מיט אַן „אײַזערנעם קרייץ‟. אינעם זעלבן פּעריאָד, האָט ער געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם שאַפֿן די רעליגיעז־ציוניסטישע „מזרחי‟־באַוועגונג. ווען ער האָט זיך באַזעצט אין חיפֿה, האָבן די אָרטיקע קינסטלער ליב געהאַט צו מאָלן קאָליריקע פּייזאַזשן. שטרוק האָט אײַנגעפֿירט אַ נײַעם סטיל, מיט פּשוטע שוואַרץ־ווײַסע אויסגעעצטע פּוסטע לאַנדשאַפֿטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.