לויט אַ באַריכט פֿון מאַלענאַ כינסקי אינעם זשורנאַל „אָטראַ פּאַרטע‟ (אַרגענטינע), איז אין האַרבסט 2012 דערשינען אַ ריזיקע זאַמלונג פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין דער שפּאַנישער איבערזעצונג. די זאַמלונג, וואָס מע האָט אַרויסגעגעבן אונטערן נאָמען „טויזנט יאָר‟, אַנטהאַלט 1861 זײַטן און איז דערשינען אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון פּאַולאַ מאָלער, וועלכע האָט אויסגעקליבן די ווערק וואָס זאָלן אַרײַנגיין אין דער אַנטאָלאָגיע און זיי רעדאַקטירט.
די זאַמלונג אַנטהאַלט 10 ווערק, צווישן זיי 9 קלאַסישע מעשׂיות און פּיעסעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און איין וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרש־אַרבעט. די נײַן ליטעראַרישע ווערק זענען: „דאָס קליינע מענטשעלע‟ פֿון מענדעלע מוכר־ספרים (איבערזעצערין: וואַרדאַ פֿישביין), „מנחם־מענדל‟ פֿון שלום־עליכם (איבערזעצער: לויִס גאָלדמאַן), „אויסגעוויילטע מעשׂוית פֿון י. ל. פּרץ‟ (איבערזעצערין: פּערלאַ סנעה), „דער גולם‟ פֿון ה. לייוויק (איבערזעצער: שׂימחה סנעה), „דער דיבוק‟ פֿון ש. אַנ־סקי (איבערזעצערס: אַברהם ליכטענבוים, אסתּר רעזניק דע האַרמאַץ און סילוויאַ האַנסמאַן) „דער לינזשעראָ‟ פֿון מרדכי אַלפּערסאָן (איבערזעצערין: עטעל גאַטער), „חורבנות‟ פֿון דער ניסתּר (איבערזעצערינס: נחמה האַנסמאַן, ראָזע ראַפּאַפּאָרט און אַנאַ טאַרנאַרודער), „די זכרונות פֿון גלילקל פֿון האַמלין‟ (איבערזעצערין: וואַרדאַ פֿישביין) און „דאָס בוך פֿון גן־עדן‟ פֿון איציק מאַנגער (איבערזעצערין: פּערלאַ סנעה).
דאָס וויסנשאַפֿטלעכע ווערק איז אַ לאַנגער עסיי פֿון 185 זײַטלעך מיטן נאָמען „באַטראַכטנדיק די ייִדישע שפּראַך‟ (Reflexiones sobre el ídish) , פֿון סוסאַנאַ סקוראַ. די אַנטאָלאָגיע איז אַרויסגעגעבן מיט דער מיטהילף פֿון דער געזעלשאַפֿט „שלום בוענאָס־אײַרעס‟.
דעם 12טן נאָוועמבער האָט ד׳׳ר ברײַנדל (באַרבאַראַ) קירשנבלאַט־גימבלעט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט בײַם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע. דער רעפֿעראַט, מיטן נאָמען „פּוילן: לעגענדעס פֿון אָנקומען‟ האָט פֿאָרגעשטעלט די „וואַלד־גאַלעריע‟; אַן „אַרײַנגאַנג־איבערלעבונג‟, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר די טויזנט־יאָריקע געשיכטע פֿונעם פּוילישן ייִדנטום. אין דער „וואַלד־גאַלעריע‟ וועלן די באַזוכערס קענען הערן די לעגענדעס וואָס די פּוילישע ייִדן האָבן דערציילט וועגן זייער אָנקומען אין פּוילן, און ווי אַזוי דער נאָמען פּוילן איז געשאַפֿן געוואָרן. ד׳׳ר קירשנבלאַט־גימבלעט האָט פֿאָרגעלייענט דרײַ פֿון די לעגענדעס אויף ענגליש, ווי אַ טייל פֿון איר רעפֿעראַט און מע האָט זיך באַנוצט מיט אַ פּוילישן איבערזעצער, כּדי אַלע זאָלן קענען פֿאַרשטיין.
דאָס איז געווען שוין דער צווייטער רעפֿעראַט פֿון אַ סעריע רעפֿעראַטן וועגן די אויסשטעלונגען, אין וועלכן די קוראַטאָרן האָבן גערעדט וועגן דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן די פֿאַרשידענע גאַלעריעס אינעם מוזיי. די גאַלעריעס וועלן זיך עפֿענען אין 2014, צוזאַמען מיטן רעשט פֿונעם מוזיי.
דעם 25סטן און 26סטן נאָוועמבער וועט אין זאַל פֿונעם „סגל־צענטער פֿאַר פֿאָרשטעלונגען‟ פֿאָרקומען אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג פֿון שלום־עליכמס באַרימטער פּיעסע „דאָס גרויסע געווינס.‟ אין דער פֿאָרלייענונג, אונטער דער רעזשי פֿון רחלע גייט, וועלן אָנטיילנעמען אַקטיאָרן פֿונעם דאָרע וואַסערמאַן ייִדישן־טעאַטער. בילעטן קען מען באַשטעלן בײַ 739-7944 (514)
פֿונעם 17טן ביזן 20סטן יאַנואַר וועט אין דורהאַם, צפֿון־קאַראָלײַנאַ, פֿאָרקומען אַן אינטענסיווע סוף־וואָך פֿון ייִדישער שפּראַך, אָנגעפֿירט פֿון דער פּראָפֿעסאָרשע ד׳׳ר שבֿע צוקער. די לעקציעס וועלן אַרײַנעמען דאָס לייענען אויסצוגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שמועסן און גראַמאַטישע געניטונגען. מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן ביזן 5טן דעצעמבער. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער זיך צו פֿאַרשרײַבן פֿאַרבינדט זיך מיט שבֿע צוקער בײַ sczucker@aol.com
דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס זוכט וואָלונטירן וואָס קענען גוט פֿאַרשטיין ייִדיש פֿאַר דער „שרײַבער־פּראָגראַם‟. ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם וועלן די וואָלונטירן אַדורכקוקן די פֿאַרשידענע אינטערוויוען, וואָס דער פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, האָט שוין געמאַכט אויף ייִדיש. די וואָלונטירן וועלן פֿאַרצייכענען ווען עס קומען פֿאָר אינטערעסאַנטע מאָמענטן אין די אינטערוויוען און שרײַבן קיצורים פֿון זיי אויף ענגליש. אַלע פֿאַראינטעריסירטע דאַרפֿן אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע ביזן 9טן דעצעמבער. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט //www.yiddishbookcenter.org/oral-history-yiddish-shraybers אָדער פֿאַרבינדט זיך מיטן פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער ביי: tellyourstory@bikher.org
פֿונעם 22סטן ביזן 27סטן דעצעמבער וועט אין קערהאָנקסאָן ניו־יאָרק, בײַם „הודסאָן וויילי רעזאָרט אַנד ספּאַ‟, פֿאָרקומען דער 29סטער יערלעכער „קלעזקעמפּ.‟ דער הײַיאָריקער „קלעזקעמפּ‟ וועט באַהאַנדלען די טעמע „די נײַע כוואַליע‟, די גרינדערס פֿון דער „פּראָגרעסיווער ייִדיש־באַוועגונג פֿון די שפּעטערע יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, וועלכע האָבן דורך זייער ווילן באַשאַפֿן אַ נײַע דינאַמישע קולטור פֿון ליטעראַטור, טעאַטער, קונסט און מוזיק.‟ דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל וועט אויך אָפּגעבן כּבֿוד די, וואָס האַלטן הײַנט אויף ייִדיש און די מאָדערנע ייִדישע קולטור. צווישן די באַטייליקער וואָס וועלן באַהאַנדלען די טעמע „די נײַע כוואַליע‟ זענען מיכאל וועקס, סטיוו ווײַנטרויב, דזשאָש דאָלגין, מרים אײַזאַקס, און פֿרענק לאָנדאָן. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט „קלעזקעמפּ‟ בײַ //www.livingtraditions.org/docs/index_kk.html און 532-8202 (212)
דעם 19טן נאָוועמבער וועלן די מיטגלידער פֿון דער באַרימטער קלעזמער־קאַפּעליע „די קלעזמאַטיקס‟ באַלוינט ווערן מיט אַן אויסצייכענונג פֿון „לעבנס־לאַנגע דערגרייכונגען‟ בײַם 88סטן יערלעכן בענעפֿיט־אָוונט פֿונעם ייִוואָ־אינסטיטוט. דאָרט וועלן די קלעזמאַטיקס שפּילן אַ טייל פֿון זייער נײַער סעריע לידער, אינספּירירט פֿון דער אויסשטעלונג „בריוו פֿון דער ווײַטנס‟, וואָס מע קען איצט זען בײַם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי. די אויסשטעלונג באַנוצט זיך מיט פּריוואַטע פֿילמען פֿון פּוילישע ייִדן אין די 1930ער יאָרן, כּדי צו געבן אַ טעם פֿונעם דעמאָלטיקן ייִדישן לעבן.
די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אין פּאַריז, מיט דער באַטייליקונג פֿון דער ליטווישער אַמבאַסאַדע און „בית־שלום־עליכם‟, וועט אָפּהאַלטן אַ סעריע רעפֿעראַטן וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן דיכטער אַבֿרהם סוצקעווער. די רעפֿעראַטן וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 5טן ביזן 10טן דעצעמבער. צווישן די לעקטאָרן זענען: ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי, ד׳׳ר מינדאַוגאַס קוויעטקאַוסקאַס (ווילנע), ד׳׳ר מאַריע שומאַכער, ד׳׳ר נאַטאַליע קריניצקאַ, ד׳׳ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק, ד׳׳ר אַבֿרהם נאָווערשטערן, ד׳׳ר בתיה בוים, אַקווילע גריגאָראַוויטשיוטע און ד׳׳ר שרון בר־כּוכבא. פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט laurence@yiddishweb.com אָדער באַזוכט //yiddishweb.com/100e-anniversaire-de-la-naissance-davrom-sutzkever/
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.