וואַקסנדיקע פֿרומע קהילות

Rising Orthodox Population

אַ חסידיש פּאָרפֿאָלק אין ברוקלין
Wikimedia Commons
אַ חסידיש פּאָרפֿאָלק אין ברוקלין

פֿון דזשאָש נייטאַן־קייציס (Forward)

Published November 14, 2013, issue of December 06, 2013.

נישט לאַנג צוריק, האָט דער פֿאָרשערישער „פּיו־צענטער‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט וועגן דער ייִדישער דעמאָגראַפֿיע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ נײַער אַנאַליז פֿונעם דאָזיקן באַריכט ווײַזן, אַז 27 פּראָצענט פֿון יונגע אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַר 18 יאָר קומען פֿון אָרטאָדאָקסישע משפּחות. דאָס איז אַ ריזיקער חילוק, אין פֿאַרגלײַך מיט דער עלטערער גרופּע, פֿון 18 ביז 29 יאָר, וווּ די פֿרומע ייִדן באַטרעפֿן בלויז 11 פּראָצענט.

דער ייִדישער סאָציאָלאָג סטיווען כּהן, וועלכער האָט דורכגעפֿירט דעם אַנאַליז פֿון דער אינפֿאָרמאַציע, האָט באַמערקט, אַז די פֿרומע ייִדן האָבן אין די לעצטע יאָרן געהאַט די זעלבע הויכע דורכשניטלעכע צאָל קינדער, ווי פֿריִער, און געוואַקסן במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר בלויז אויף 2 פּראָצענט; די מעשׂה אין די אַנדערע ייִדישע קהילות איז אָבער אַ שוואַכע.

שׂרה בונין־בענאָר, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם „העברעיִשן פֿאַרבאַנד־קאָלעדזש‟, וועלכער האָט, אַזוי ווי כּהן, זיך באַטייליקט אינעם עצה־קאָמיטעט פֿון דער פֿאָרשונג בײַם „פּיו־צענטער‟, האָט באַמערקט, אַז אויב די הײַנטיקע טענדענצן וועלן אָנגיין ווײַטער, וועלן די אָרטאָדאָקסישע ייִדן באַטרעפֿן אין דער גענוג נאָענטער צוקונפֿט די מערהייט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד.

כּהן האָט דערקלערט, אַז יעדעס יאָר ווערט די צאָל נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין אַמעריקע קלענער אויף 10,000 נפֿשות, און די אָרטאָדאָקסישע — גרעסער אויף 5,000. די ציפֿערן שטימען מיט דער שטודיע, וואָס די „UJA‟־פֿעדעראַציע פֿון ניו־יאָרק האָט דורכגעפֿירט אינעם יאָר 2012, לויט וועלכער 60 פּראָצענט ייִדישע קינדער אין דער שטאָט זענען די פֿרומע משפּחות.

10 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע 3,500 ייִדן האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי זענען פֿרום. בלויז 3 פּראָצענט פֿון זיי האָבן אָבער געזאָגט, אַז זיי געהערן צו מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קהילות. הגם דער „פּיו־צענטער‟ האָט נישט דורכגעפֿירט אַ מער פּרטימדיקע שטודיעס, באַקומט זיך, אַז דער ריזיקער דעמאָגראַפֿישער וווּקס קומט פֿאָר, על־פּי־רובֿ, אין חרדישע און חסידישע קהילות. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע שטודיעס, וועלכע האָבן גענומען אין באַטראַכט די עלטערע ייִדן, האָט דער איצטיקער אַנאַליז זיך פֿאָקוסירט אויפֿן יונגן דור, וואָס האַלט אין איין וואַקסן.

אַלכּסנדר ראַפּאָפּאָרט, אַ חסידישער ייִד פֿון באָראָ־פּאַרק, וועלכער פֿירט אָן מיט דער נעץ פֿון כּשרע גאָרקיכן „משׂביע‟, אַ טאַטע פֿון 7 קינדער, האָט איבערגעגעבן, אַז די חרדישע סאָציאַלע סטרוקטור איז בעסער אָרגאַניזירט, ווי די נישט-אָרטאָדאָקסישע קהילות, ווען עס קומט צו האָבן קינדער. ס׳רובֿ אַמעריקאַנער עסן אין רעסטאָראַנען; די חסידים קאָכן אַליין און פּטרט דערפֿאַר ווייניקער געלט אויף שפּײַז. די מאַמעס היטן אָפּ די קליידער פֿאַר זייערע קלענערע קינדער. די עלטערע ברידער און שוועסטער העלפֿן די עלטערן צו קוקן נאָך די עופֿעלעך.

די חרדישע קינדער־בילדונג איז ביליק; דערצו, קריגן אַ סך אָרעמע משפּחות שטיצע פֿון דער רעגירונג. וויליאַם דאַראָף, דער דירעקטאָר פֿונעם וואַשינגטאָנער ביוראָ פֿון די „ייִדישע פֿעדעראַציעס אין צפֿון־אַמעריקע‟, האַלט אָבער, אַז אָן דער רעגירונג־שטיצע וואָלטן די פֿרומע ייִדן נאָך אַלץ געהאַט אַ גרויסע צאָל קינדער, כּדי מקיין צו זײַן די מיצווה.