מאַקס יוסף קאַהאַן איז דערמאָנט געװאָרן אין דער נײַער ייִדישער געמיינדע „עמנואל‟. מאַריאַ־גאַבריעלאַ מזרחי האָט געהאַלטן אַ לעקציע װעגן אַן אַשכּנזי, װאָס האָט געפֿאָרשט און ליב געהאַט ספֿרדים. אַ געבוירענער אין דײַטשלאַנד אין 1897, אַנטלויפֿט ער פֿון נאַציזם און באַזעצט זיך אין בוענאָס־אײַרעס, װוּ ער שטאַרבט אין 1953. זײַנע אַרבעטן װעגן די קאָנטאַקטן צװישן ספֿרדים און אַשכּנזים זײַנען אַ שליסל פֿאַר יונגע פֿאָרשערס.
מיט פֿאַרשיידענע אַקטן איז דערמאָנט געװאָרן יצחק רבין נאָך 18 יאָר פֿון זײַן מאָרד. די בוענאָס־אײַרעסער קהילה, די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע און די אַרבעטער־פּאַרטיי האָבן אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם געװעזענעם אָנפֿירער פֿון דער ישׂראַל־אַרמיי, 2 מאָל פּרעמיער־מיניסטער און נאָבל־לאַורעאַר אין 1994.
די פּוילישע אַמבאַסאַדע אין אַרגענטינע האָט אָרגאַניזירט צום ערשטן מאָל אין בוענאָס־אײַרעס אַ פֿילם־פֿעסטיװאַל. 19 נײַע פּוילישע פֿילמען זײַנען געװיזן געװאָרן. „עלאַ, פֿון 1טן לערנבוך‟ — איז אַ פֿילם פֿון עדיטאַ װראָבלעװסקי, װאָס דערציילט די געשיכטע פֿון עלאַ, דער באַרימטער פּערזאָנאַזש פֿון פֿאַרשפּרייטסטן לערנבוך אין פּוילן. עלאַ איז פֿאַקטיש אַלינאַ מאַרגאָליס-עדעלמאַן, װאָס האָט איבערגעלעבט די װאַרשעװע געטאָ און די געשעענישן פֿון מאַרץ 1968.
„די אָבלאַװע‟ — דערציילט די געשיכטע פֿון 2 מענער און 2 פֿרויען, בעת דער צװייטער װעלט־מלחמה, און „פֿאַרגעס קיין מאָל צו זאָגן אַ ליגן‟ — איז אַ פֿילם פֿון מאַריאָן מרזשינסקי װאָס דערציילט וועגן איר קינדהייט און דער קינדהייט פֿון לעבנס־געבליבענע נאָכן חורבן.
דער פּאָליטישער ראָטגעבער בײַם בירגערמײַסטער פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, כײַמע דוראַן באַרבאַ האָט אין אַן אינטערװיו, װאָס דער פֿאַרשפּרייטסטער זשורנאַל „נאָטיסיאַס‟ (נאָטיצן) האָט פֿאַרעפֿנטלכט די לעצטע װאָך, זיך אויסגעדריקט װעגן היטלערן און סטאַלינען, אַז „זיי זײַנען געװען צװיי אויסערגעװיינטלעכע פּערזענלעכקייטן‟.
דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, כולי שלאָסער, האָט זיך באַלד אָפּגערופֿן און דערקלערט, אַז זײַנע װערטער קען מען ניט אָננעמען; זיי באַליידיקן דעם אָנדענק פֿון 6 מיליאָן קדושים און די אומגעקומענע דורכן סטאַליניזם. ער שטוינט, װאָס קיין שום פּאָליטישע באַוועגונג האָט ניט רעאַגירט אויף זײַנע רייד.
דוראַן באַרבאַ האָט באַלד געזאָגט, אַז ער האָט נישט בדעה געהאַט קיינעם צו באַליידיקן, און אַז זײַנע װערטער האָבן בכלל ניט געװאָלט מאַכן קיין פּאָלאָגעטיק פֿון די 2 שעדלעכע פּערסאָנאַזשן פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט. ער האָט באַזוכט די „דאַיאַ‟ און זיך אַנטשולדיקט.
סעריאָ בערמאַן, דער ראַבינער פֿון זײַן פּאַרטיי װאָס האָט געװוּנען די װאַלן אין דער שטאָט, האָט אויך דערקלערט, אַז דוראַן באַרבאַ האָט ניט פֿאַרטיידיקט היטלערן, אַז ער האָט באַנוצט ניט קיין פּאַסיקע װערטער, און אַז דער ייִדישער ייִשובֿ דאַרף אים מוחל זײַן. זײַנע װערטער בעת אַ טעלעװיזיע־פּראָגראַם האָבן נאָך ניט געשלאָסן דעם ענין, און מען דערװאַרט, אַז אין די קומענדיקע טעג זאָל מענ דעפֿיניטיװ אים שליסן.
דער 18טער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע פֿילמען האָט זיך אָנגעהויבן אין בוענאָס־אײַרעס מיט דעם פֿילם „אוי, װיי מײַן זון איז אַ גיי‟, אַ קאָמעדיע װאָס די אָרגאַניזאַציע „כאַג, ייִדישע אַרגענטינער גייס‟ האָט געשטיצט און פּראָפּאַגאַנדירט.
די ייִדישע אַרגענטינער געזעלשאַפֿט פֿאַר גענעאַלאָגיע, װאָס פֿונקציאָנירט אין בנין פֿון ייִװאָ, האָט דורכגעפֿירט איר יערלעכע קאָנפֿערענץ. געניע מילגראָם איז ספּעציעל געקומען פֿון מיאַמי און רעפֿערירט וועגן איר פֿאָרשונג און איר בוך „מײַנע 15 באָבעס‟, און װי אַזוי זי, אַן אָפּשטאַמיקע פֿון געשמדטע ייִדן, אַ געבוירענע אין קובאַ, האָט װידער אַנטדעקט איר אידענטיטעט. די 15 באָבעס אירע זײַנען איר משפּחה פֿון דעם 16טן יאָרהונדערט אָן פֿון זאַמאָראַ, שפּאַניע ביז אונדזערע טעג. 15 דורות, װאָס זי האָט אָפּגעשפּיגלט אין איר בוך.
דאָס בוך „רציחות אין מאָזעסװיל‟ איז פּרעזענטירט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעסער ייװאָ. עס האָבן זיך באַטייליקט דער מחבר, דער יונגער כאַװיער סיני, דבֿורה קאַצאָװיטש, אַבֿרהם ליכטענבוים און חוה געלבער־ראָזענטאַל, דירעקטאָרשע פֿון מוזיי אין מאָזעסװיל. דער אָװנט איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ באַערונג פֿאַר מאָזעסװיל און פֿאַר דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין אַרגענטינע.
כּדאַי צו באַטאָנען, אַז די ערשטע אויסגאַבע פֿון בוך איז שוין אויספֿאַרקויפֿט געװאָרן נאָך פֿאַר דער פּרעזענטאַציע, אַ דאַנק די אינטערװיוען, װאָס די אַרגענטינער צײַטונגען האָבן געמאַכט מיטן מחבר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.