די ווײַטערדיקע געשיכטע איז אַ לאַנגע, קאָמפּליצירטע מעשׂה וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג, מאַכט־קאָנטראָל, אויספּרעסונג, אַ פֿאַקריפּלטן מישפּט און די שוועריקייטן פֿון געפֿינען גערעכטיקייט אין דער געשלאָסענער חסידישער קהילה, וווּ יעדע מחלוקת ווערט געלייזט הינטער די קוליסן, און וווּ דרויסנדיקע מענטשן ווערן בכלל נישט געטרויט.
צווישן די פּאַרשוינען אין דער מעשׂה: אַ פֿאַרמישפּטער סעקסועלער באַלעסטיקער; אַ חסידישער נאַפֿט־מאַגנאַט און דימענט־הענדלער; אַ נאַרקאָמאַן; אַ ניו־יאָרקער אַסעמבלעמאַן; אַדוואָקאַטן, ווי אַלען דערשאָוויץ, און אַ ריי געהיים־רעקאָרדירטע שמועסן.
מיר פּערזענלעך איז די געשיכטע באַקאַנט געוואָרן אין יאָר 2010, אין אַ געריכטזאַל אין ברוקלין, וווּ ברוך לעבאָוויץ — אַ חזן און פֿאָר־אַגענט אין באָראָ־פּאַרק, וועלכער איז נאָר וואָס געהאַט פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר האָבן סעקסועל באַלעסטיקט אַ קינד — האָט געזאָלט באַקומען זײַן שטראָף.
די פּראָקוראַטאָרין האָט יענעם אינדערפֿרי אין געריכט דערציילט, אַז דער טאַטע פֿונעם באַלעסטיקטן קינד האָט לעצטנס געמוזט אויסשטיין אויסזידלונגען אין שיל, מע האָט אים גערופֿן אַ פֿאַררעטער, געפּרוּווט אים קאָפּען, און אים אַרויסגעוואָרפֿן פֿון שיל.
אינעם זעלבן פֿרימאָרגן האָט דער בחור, וואָס האָט געליטן פֿון דער באַלעסטיקונג, אַליין דערציילט וועגן דער שרעקלעכער איבערלעבונג, און ווי אַזוי ער האָט צוליב דעם אָנגעהויבן אײַננעמען נאַרקאָטיק און מיט דער צײַט באַגאַנגען קליינע פֿאַרברעכנס. „מיסטער ליבאָוויץ האָט נישט געהאַט קיין רחמנות אויף מיר,‟ האָט דער געליטענער געזאָגט דעם געריכט. „ווען איך וועל זען, אַז מע באַשטראָפֿט דעם מענטש, וואָס האָט מיר געשאַפֿן אַזוי פֿיל ווייטיק, וועט עס מיר גיבן דעם כּוח אָנצוהייבן מײַן לעבן פֿון ס׳נײַ.‟
איידער די ריכטערין האָט געמאָלדן די שטראָף האָט זי באַמערקט, אַז לעבאָוויץ האָט אַליין געליטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג — סײַ דורך אַ פֿעטער אין לאָנדאָן, ווען ער איז געווען 11 יאָר אַלט, סײַ דורך צוויי עלטערע פֿרײַנד. דערנאָך האָט די ריכטערין געמאָלדן זײַן שטראָף: צווישן 10 און 32 יאָר תּפֿיסה.
במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָב איך אָבער אָנגעהויבן האָבן ספֿקות וועגן דער פֿאַרמישפּטונג פֿון לעבאָוויץ — נישט וועגן דער פֿראַגע, צי לעבאָוויץ האָט טאַקע סעקסועל באַלעסטיקט ייִנגלעך, נאָר גיכער, צי דער פּראָצעס פֿון לעבאָוויץ איז געווען אַ יושרדיקער. די הויפּט־סיבה פֿאַר מײַנע ספֿקות איז צוליב איין מענטש: סעם קעלנער.
אין 2008 האָט קעלנער איבערגעגעבן דער פּאָליציי, אַז זײַן זון איז באַלעסטיקט געוואָרן דורך ברוך לעבאָוויץ. שפּעטער איז קעלנער געוואָרן שטאַרק אַנטוישט אויסצוגעפֿינען, אַז לעבאָוויצס פֿאַרברעכן — אַז ער האָט „געטאַפּט‟ דאָס קינד אין זײַנע פּריוואַטע אבֿרים — איז פֿאַררעכנט בלויז פֿאַר אַן איבערשפּרײַז (אַ קליינער פֿאַרברעכן), וואָס וועט נישט ברענגען קיין תּפֿיסה־שטראָף.
האָט קעלנער אָנגעהויבן אויסזוכן אַנדערע געליטענע פֿון לעבאָוויצן. ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט די וועדי־הצניות אין באָראָ־פּאַרק און וויליאַמסבורג, און געפֿונען צוויי בחורים, וועלכע האָבן דערנאָך עדות געזאָגט קעגן לעבאָוויץ. אַ דאַנק איינעם פֿון זיי, דער פֿריִער־דערמאָנטער נאַרקאָמאַן, איז לעבאָוויץ טאַקע פֿאַרמישפּט געוואָרן.
אָבער גלײַך נאָך דער פֿאַרמישפּטונג האָט דער צווייטער יונגערמאַן געזאָגט, אַז קעלנער האָט אים געהאַט צוגעזאָגט 10,000$ צו זאָגן, אַז לעבאָוויץ האָט זיך צו אים געטשעפּעט, און אין גיכן איז קעלנער אַליין אַרעסטירט געוואָרן.
קעלנערס אַרעסט איז געוואָרן אַ גאָלדענע געלעגנהייט פֿאַר לעבאָוויצס אַדוואָקאַטן, און לעבאָוויץ האָט באַשטעלט דעם באַרימטן אַדוואָקאַט, אַלען דערשאָוויץ, מיט זײַן ברודער, נייטאַן, זיך אָנצושליסן אין דער פֿאַרטיידיקונג־מאַנשאַפֿט. מע האָט לעבאָוויץ אַרויסגעלאָזט אויף קויציע און מיט אַ יאָר שפּעטער האָט אַן אַפּעליר־געריכט אָפּגעוואָרפֿן דעם פֿריִערדיקן פּסק, טענהנדיק, אַז מע האָט באַהאַלטן פֿון לעבאָוויצס אַדוואָקאַטן אַ וויכטיקן באַווײַז־מאַטעריאַל — אַ בריוול פֿון אַ דעטעקטיוו אינעם ניו־יאָרקער פּאָליציי־אָפּטייל.
דער ברוקלינער פּראָקוראָר, טשאַרלז הײַנס, האָט צוגעזאָגט, אַז מע וועט ווידער מישפּטן לעבאָוויץ, אָבער איצט האָט זיך געשאַפֿן אַ מאָדנער מצבֿ, אין וועלכן הײַנס׳ ביוראָ האָט געדאַרפֿט מישפּטן צוויי סתּירותדיקע פֿאַרברעכנס: פֿון איין זײַט — דעם חזן פֿון באָראָ־פּאַרק, פֿאַר האָבן סעקסועל באַלעסטיקט אַ ייִנגל; און פֿון דער צווייטער — דעם טאַטן פֿון איינעם פֿון די ייִנגלעך, פֿאַר האָבן געפּרוּווט אויספּרעסן געלט און כאַבאַר. במשך פֿון די צוויי יאָר האָבן ביידע צדדים געפּרוּווט איבערצײַגן דעם געריכט און דער פּרעסע, אַז זיי זענען גערעכט. איין צד טענהט, אַז לעבאָוויץ איז אַ באַלעסטיקער פֿון קינדער, און קעלנער איז אומשולדיק; דער צווייטער — אַז קעלנער איז אַן „אויספּרעסער‟ און לעבאָוויץ איז אומשולדיק.
ס׳איז אָבער דאָ אַ דריטע מעגלעכקייט: אַז ביידע מענער זענען נישט אַזוי אומשולדיק ווי זיי זאָגן.
אין 2011 איז קעלנער אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר אויספּרעסן געלט און כאַבאַר. דער ברוקלינער גענעראַל־פּראָקוראָר, הײַנס, האָט באַשולדיקט קעלנער אין באַצאָלן אַן עדות אין דער פּראָקוראַטור פֿון לעבאָוויץ 10,000$ אין זאָגן פֿאַלשע עדות, אַז לעבאָוויץ האָט אים באַלעסטיקט. קעלנער איז אויך באַשולדיקט געוואָרן אין פּרוּוון אויספּרעסן 400,000$ פֿון דער משפּחה לעבאָוויץ, דורך דראָען זיי, אַז ער וועט אַרײַנברענגען נאָך מער עדות קעגן לעבאָוויץ, טאָמער וועט די משפּחה נישט באַצאָלן די סומע.
שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי קען אַ פֿאָר־אַגענט, ווי לעבאָוויץ, אויספֿירן אַזאַ סומע? ווײַזט זיך אַרויס, אַז איינער פֿון זײַנע זין, טשאַרלס לעבאָוויץ, איז אַ נאַפֿט־מאַגנאַט און דימענט־הענדלער, וועלכער האָט לעצטנס אינוועסטירט אין אַ ביאָ־טעכנאָלאָגישער פֿירמע, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין זוכן היילמיטלען פֿאַר אַלצהײַמערס.
לויט אַ צאָל געהיימע רעקאָרדירונגען, וואָס דער Forward האָט לעצטנס באַקומען פֿון לעבאָוויצס משפּחה, איז די געשיכטע אַ סך מער פֿאַרוויקלט. אין איין רעקאָרידירונג, זאָגט קעלנער דער משפּחה פֿון איינעם וואָס האָט באַלעסטיקט קינדער (און וועלכער האָט זיך שוין פֿריִער דערקלערט שולדיק אין דעם), אַז ער קען אים העלפֿן באַפֿרײַט ווערן, און אַז אפֿשר איז כּדאַי צו זאָגן דעם הויפּט־פּראָקוראָר: „היי, האָסט גענומען אַ ייִד, האָסט אים געצוווּנגען אָנצונעמען אַ מישפּט־אָפּמאַך… מיר וועלן דאָס שוין גוט געדענקען‟ — אַ רמז, אַז דער הויפּט־פּראָקוראָר קאָן דערפֿאַר נאָך פֿאַרלירן די חסידישע שטימע אין די וואַלן.
קעלנער עצהט דער משפּחה זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַשר ווײַט, דער מאַן פֿון הענאַ ווײַט, אַ חסידישע אָנגעשטעלטע אינעם ביוראָ פֿונעם „די־איי‟. הענאַ ווײַט דינט טאַקע ווי די פֿאַרמיטלערין צווישן דער „די־איי‟ און דער חסידישער קהילה. קעלנער האָט אויך געזאָגט, אַז מע קען אָפּקויפֿן די פּראָקוראָרן דורך קויפֿן זיי מאָלצײַטן, בילעטן צו „יענקי‟־מאַטשן און אַנדערע מתּנות, כּדי אָפּצוּשטעלן דעם ענין קעגן זייער זון. „ס׳איז נישט באמת כאַבאַר,‟ האָט קעלנער צוגעגעבן.
די רעקאָרדירונג האָט שטאַרק געענדערט מײַן פּערזענלעכע מיינונג פֿון קעלנערן. און הערנדיק די אַנדערע רעקאָרדירונגען, האָט די גאַנצע געשיכטע מיר אָנגעהויבן אויסזען סוררעאַליסטיש. איז דאָס אַן אָנגענומענע זאַך אין די קרײַזן בסוד צו רעקאָרדירן די שמועסן מיט אַנדערע מענטשן?
דעם 16טן נאָוועמבער דאַרף לעבאָוויץ ווידער געשטעלט ווערן פֿאַרן געריכט. ביידע זײַטן אין דער מחלוקת זעען נישט אויס גלענצנדיק. אויך דער שם פֿונעם ביוראָ פֿונעם ברוקלינער „די־איי‟ הינקט אונטער, בעת דער ביוראָ פּרוּווט ווײַטער צו מישפּטן לעבאָוויצן — דרײַ יאָר נאָכן ערשטן פּראָצעס, און בעת דער מישפּט פֿון קעלנערן איז בכלל „קאַליע געוואָרן‟, ווי עס האָט לעצטנס דערקלערט דער קומעדיקער „די־איי‟, קען טאָמפּסאָן. פֿאַר מיר פּערזענלעך, איז די גרעסטע רחמנות אויף די אומשולדיקע קינדער, וואָס די קהילה האָט במשך פֿון ביידע ענינים — לעבאָוויץ און קעלנער — אין גאַנצן איגנאָרירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.