וואַשינגטאָן. — די גאַס, וווּ עס שטייט די בולגאַרישע אַמבאַסאַדע, האָט דעם 12טן נאָוועמבער געקראָגן אַ נײַעם נאָמען: „דימיטאַר פּעשעוו פּלאַץ‟, לכּבֿוד אַ באַאַמטן, וועלכער האָט געהאָלפֿן אָפּצושטעלן די דעפּאָרטאַציע פֿון בערך 50,000 ייִדן.
אין דער 45־מינוטיקער צערעמאָניע האָבן זיך באַטייליקט כּמעט 75 מענטשן. עס האָבן באַגריסט דעם עולם די בולגאַרישע אַמבאַסאַדאָרין עלענאַ פּאָפּטאָדאָראָוואַ; דער פֿאָרזיצער פֿונעם וואַשינגטאָן־ראָט — פֿיל מענדלסאָן, און דער אַקטיוויסט, וועלכער האָט געקעמפֿט צו פֿאַראייביקן פּעשעווס נאָמען — ניל גליק.
„דאָס איז אַ וויכטיקער מאָמענט,‟ האָט דערקלערט די אַמבאַסאַדאָרין, וועלכע האָט צוגעגעבן, אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס מע אָנערקענט אַ בולגאַר, ווי אַ העלד אינעם מערבֿדיקן האַלבקײַלעך. אין מאַרץ 1943 האָט פּעשעוו, דער פֿאַרטרעטער פֿונעם הויפּט פֿונעם בולגאַרישן פּאַרלאַמענט, זיך דערוווּסט וועגן אַ באַפֿעל צו דעפּאָרטירן די ייִדן, און האָט באַשלאָסן, אַז ער מוז עס אָפּשטעלן. דעם 9טן מאַרץ האָט ער געבראַכט אַ פּעטיציע אונטערגעשריבן פֿון 43 מיטגלידער פֿון דער רעגירונג, צו בעטן דעם אינערן־מיניסטעריום אָפּצושטעלן דעם דעפּאָרטאַציע־באַפֿעל. ער האָט נישט פֿאַרלאָזט דעם ביוראָ ביז מע האָט זיך נישט פֿאַרבונדן מיט יעדן דעפּאָרטיר־צענטער אין לאַנד, און ביז מע האָט נישט יעדן איינעם באַפֿרײַט. בײַם סוף פֿון טאָג איז דער באַפֿעל אָפֿיציעל אַנולירט געוואָרן. די היסטאָריקער האַלטן, אַז אַ דאַנק פּעשעוון, האָט מען אָפּגעראַטעוועט 50,000 ייִדן.
פּעשעוו האָט אויך געפּרוּווט אָפּצושטעלן די דעפּאָרטאַציעס פֿון ייִדן אין גריכנלאַנג און מאַקעדאָניע, אָבער אָן דערפֿאָלג.
צוליב זײַנע אַקציעס איז פּעשעוו באַזײַטיקט געוואָרן פֿון זײַן פּאָזיציע ווי דער פֿאַרטרעטער פֿונעם פּאַרלאַמענט־ספּיקער, און איז פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם פּאַרלאַמענט בכלל. מיט אַנדערטהאַלבן יאָר שפּעטער, ווען די סאָוועטיש־געשטיצטע קאָמוניסטן האָבן איבערגענומען די רעגירונג, איז פּעשעוו פֿאַרמישפּט געוואָרן ווי אַ מלחמה־פֿאַרברעכער און פֿאַרשיקט געוואָרן אין תּפֿיסה. איינער פֿון זײַנע כּלומרשטיקע פֿאַרברעכנס איז געווען — אַנטיסעמטיזם.
פּעשעוו ווערט געלויבט פֿאַר האָבן געראַטעוועט די צווייט־העכסטע צאָל ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און איז הײַנט אויסגערעכנט צווישן די חסידי־אומות־העולם אין „יד־ושם‟. גליק, אַ געוועזענער קאָמיסיאָנער פֿונעם וואַשינגטאָנער געגנט־פֿאַרוואַלטונג־ראַט, האָט זיך דערוווּסט וועגן פּעשעווס אַקציעס מיט 19 יאָר צוריק, און האָט פֿאַרשפּרייט די געשיכטע בײַם וואַשינגטאָנער ראַט מיט צוויי יאָר צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.