דער איצטיקער פֿילם “12 יאָר אַ שקלאַף”, באַזירט אויף די זכרונות פֿון סאָלאָמאָן נאָרטאָפּ (Northup), גיט איבער אַ פּרטימדיק און רעאַליסטיש בילד פֿון דעם, וואָס עס האָט אַ מאָל געמיינט צו זײַן אַ שקלאַף אין די אַמעריקאַנער דרום־שטאַטן. אויפֿגעוואַקסן ווי אַ פֿרײַער מענטש אינעם שטאַט ניו־יאָרק, וווּ די לעצטע שקלאַפֿן זײַנען באַפֿרײַט געוואָרן אין 1827, איז נאָרטאָפּ אין 1841 פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון אַ פּאָר שווינדלער, וואָס האָבן אים אײַנגערעדט צו פֿאָרן מיט זיי קיין וואַשינגטאָן און אים דאָרט פֿאַרקויפֿט צו אַ שקלאַפֿן־הענדלער. כאָטש נאָרטאָפּ האָט גוט געקענט לייענען און שרײַבן — ניט ווי קיין געבוירענער שקלאַף — און אויך געהאַט טאַלאַנט ווי אַן אינזשעניר, האָבן די ווײַסע זיך געמאַכט ניט־וויסנדיק וועגן זײַן פֿאַרגאַנגענהייט. דערפֿאַר האָט ער זיך אָפּגעמוטשעט 12 יאָר אויף פֿאַרשיידענע פּלאַנטאַציעס, ביז איין ווײַסער האָט אים, סוף־כּל־סוף, געהאָלפֿן און געשיקט אַ בריוו צו זײַן משפּחה אין ניו־יאָרק.
ווי אַ דרויסנדיקער, וואָס איז פֿריִער ניט געווען פּערזענלעך באַקאַנט מיט דער שקלאַפֿערײַ, האָט נאָרטאָפּ זי דערזען מיט נײַע אויגן און געקענט באַנעמען איר גאַנצע אַכזריות. די געבוירענע שקלאַפֿן, ווידער, זײַנען פֿון שטענדיק געווען צוגעוווינט צו די ליידן, און האָבן אויך, געוויינטלעך, ניט געקענט קלאָר אַרטיקולירן זייערע געפֿילן און איבערלעבונגען. צי דער אמתער נאָרטאָפּ האָט טאַקע גערעדט אַזאַ שיינעם ענגליש ווי אינעם פֿילם — דער אַקטיאָר שטאַמט פֿון ענגלאַנד און איז באַקאַנט פֿאַר שפּילן די הויפּטראָלעס אין שעקספּירס “אָטעלאָ” — האָט ער פֿאָרט געוווּסט, ווי צו רעדן פֿאַר אַן עולם און איז, נאָך זײַן באַפֿרײַונג, אָפֿט אויפֿגעטראָטן אויף פֿאַרזאַמלונגען פֿון די אַבאָליציאָניסטן.
אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון דער שקלאַפֿערײַ איז דער אַמעריקאַנער נוסח געווען אַ ספּעציעל שענדלעכער. ניט נאָר האָט מען שרעקלעך באַהאַנדלט און אויסגעניצט מיליאָנען מענטשן, נאָר מען האָט אויך געמאַכט אַ גרויסן טייל פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג פֿאַר “אונטערמענטשן”. אַזוי איז דער פֿלעק געבליבן אויך נאָך דעם ווי די שקלאַפֿן זײַנען באַפֿרײַט געוואָרן, אין תּוך ביזן הײַנטיקן טאָג.
ס’איז אפֿשר ניט קיין חידוש, וואָס אין נאָרטאָפּס געשיכטע זעען זיך ניט קיין ייִדן. די צאָל ייִדן אין לאַנד איז דעמאָלט געווען קליין — אפֿשר 15,000 — און זייער ווייניק ייִדן אין דרום האָבן פֿאַרמאָגט גרויסע פּלאַנטאַציעס. ס’רובֿ ייִדן האָבן דאָרט געפֿירט געשעפֿטן אין די שטעט און שטעטלעך, און כאָטש זיי האָבן אויך געהאַט שקלאַפֿן, איז זייער צאָל געווען קלענער ווי בײַ די אַנדערע “ווײַסע”. דאָס רעדט אַנטקעגן דעם בילבול, פֿאַרשפּרייט אין די 1990ער יאָרן פֿון אַ צאָל “שוואַרצע נאַציאָנאַליסטן”, אַז די ייִדן האָבן געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם טראַנס־אַטלאַנטישן שקלאַפֿן־האַנדל.
פֿון דעסטוועגן, קען מען זיך אויסמאָלן די סצענע פּסח אין אַלאַבאַמאַ: בײַם סדר־טיש זיצט די גאַנצע משפּחה, און ווען דאָס ייִנגל זאָגט די פֿיר קשיות, לייענט דער טאַטע “עבֿדים היינו”, און ווײַטער פֿון דער הגדה — איידער די שקלאַפֿן ברענגען אַרײַן די געפֿילטע פֿיש און קניידלעך. “זײַ אַזוי גוט, נאָך אַ ביסל חרוסת פֿון דער קיך”, זאָגט די בעל־הביתטע. “איך האָב עס געלאָזט דאָרט לעבן דער בײַטש און די אײַזערנע קייטן”.
נו, אפֿשר שטימט ניט דאָס בילד, ווײַל ס’רובֿ דרומדיקע ייִדן זײַנען טאַקע געווען ספֿרדים, האָבן זיי מסתּמא ניט געגעסן געפֿילטע פֿיש און קניידלעך. אָבער זיכער איז, אַז די ייִדן זײַנען אָפֿט געווען פֿאַרבונדן מיט דער אינסטיטוציע פֿון שקלאַפֿערײַ אין משך פֿון זייער לאַנגער געשיכטע.
אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, רעכנט מען, האָט נאָך דרײַ־פֿערטל פֿון דער מענטשהייט געלעבט ווי שקלאַפֿן אָדער לײַבקנעכט, און לויט אַלע סימנים איז די דאָזיקע אינסטיטוציע אויפֿגעקומען צוזאַמען מיט דער אַגריקולטור און די ערשטע ציוויליזאַציעס. שוין אין די ערשטע פֿאַרשריבענע געזעצן, אינעם קאָד פֿון האַמוראַבי, און אויך, פֿאַרשטייט זיך, אין אונדזער תּנ”ך, איז די שקלאַפֿערײַ אַן אָנגענומענע זאַך. אין פֿריִיִקן מיטל־עלטער האָבן ייִדן געהאַט אַ שם ווי שקלאַפֿן־הענדלער, געהאַנדלט, דער עיקר, מיט מיזרח־אייראָפּעיִשע געצן־דינער. דערפֿאַר הייסן זיי טאַקע “שקלאַפֿן” — פֿונעם שורש “סלאַוו”, און דערפֿאַר האָט מיזרח־אייראָפּע געהייסן בײַ ייִדן “כּנען” — דאָס לאַנד פֿון די שקלאַפֿן.
ס’איז טשיקאַווע צו טראַכטן, אַז קיינער פֿון די גרויסע רעליגיעזע פֿיגורן פֿון דער אַלטצײַט האָט ניט גערעדט קעגן דער שקלאַפֿערײַ; ניט בלויז אונדזערע נבֿיאים, נאָר אויך (להבֿדיל) זייערע: ישו הנוצרי, וואָס האָט כּלומרשט זיך אָנגענומען די קריוודע פֿון די אונטערגעדריקטע; און מוכאַמעד, וואָס האָט אַליין געהאַנדלט מיט שקלאַפֿן און פֿאַרשקלאַפֿט זײַנע געפֿאַנגענע (דער עיקר, די פֿרויען). נאָך אין 1861 האָט מאָריס יעקבֿ ראַפֿאַל, דער רבֿ פֿון דער קהילה “בני־ישורון” אין ניו־יאָרק, געקענט באַרעכטיקן די אַמעריקאַנער שקלאַפֿערײַ אויפֿן סמך פֿון דער תּורה.
הײַנט מיינט מען, אַז די שקלאַפֿערײַ איז אַ מעשׂה פֿון פֿאַר צײַטנס, זי איז אומעטום אָפּגעשאַפֿט געוואָרן, אָבער דאָס איז אמת נאָר אין אַ געוויסער מאָס. דער מין שקלאַפֿערײַ, וווּ מען באַהאַנדלט דעם שקלאַף ווי אַ שטיק אייגנטום, איז טאַקע אונטערגעגאַנגען, אָבער אַנדערע מינים זײַנען פֿאַרבליבן. למשל, די חובֿ־שקלאַפֿערײַ, וווּ אַ מענטש דינט ווי אַ משכּן, ביז דער חובֿ ווערט אויסגעצאָלט, איז נאָך פֿאַרשפּרייט אין אינדיע; איבער דער וועלט לעבן אַרום 18 מיליאָן מענטשן אין אַזאַ מצבֿ. מען קען אויך צורעכענען די צוואַנג־אַרבעטער, די לײַבקנעכט, די געצוווּנגענע חתונות, געוויסע אַדאָפּטירונגען, ווי אויך די קינדער־אַרבעטער און ־סאָלדאַטן. אין דער איסלאַמישער רעפּובליק פֿון מאַוריטאַניע, אַ לאַנד אין צפֿון־אַפֿריקע וואָס איז אַזוי גרויס ווי פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד צוזאַמען, לעבן 20% פֿון די מענטשן ווי שקלאַפֿן.
מאַרקסיסטן און אַנדערע ראַדיקאַלן האַלטן אויך די נאָרמאַלע לוין־אַרבעט פֿאַר אַ מין שקלאַפֿערײַ. די באַקאַנטע ייִדישע אַנאַרכיסטקע עמאַ גאָלדמאַן האָט געזאָגט צו די לוין־אַרבעטער: “דער איינציקער חילוק איז, אַז איר זײַט געדונגענע שקלאַפֿן, אַנשטאָט געקויפֿטע שקלאַפֿן”. דווקא קעגן דעם מין שקלאַפֿערײַ האָבן געקעמפֿט אָן אַ שיעור ייִדישע אַקטיוויסטן און רעוואָלוציאָנערן, אַרײַנגערעכנט אונדזער “פֿאָרווערטס”. נאָר מיטן אַלטן מין שקלאַפֿערײַ, וואָס נאָרטאָפּ האָט באַשריבן, קענען מיר הײַנטיקע “שקלאַפֿן” זיך ניט פֿאַרגלײַכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.