די אַנטוויקלונג פֿון גענעטיק עפֿנט אונדזערע אויגן אויף פֿאַרשיידענע וויכטיקע זײַטן פֿון איצטיקן און אַמאָליקן לעבן. לעצטנס, אַ שטייגער, האָבן סוף-כּל-סוף געקענט זיך באַרויִקן און פֿאַרגעסן וועגן די שלאָפֿלאָזע נעכט די מענטשן, וועלכע פֿלעגט האַלטן אין איין טראַכטן, פֿון וואַנען עס זײַנען מיט בערך 3,000 יאָר צוריק זיך באַוויזן אויף דער טעריטאָריע פֿון הײַנטיקן ישׂראל חזירים. איצט האָט מען, ווי עס דאַרף צו זײַן, באַטראַכט די חזירשע ביינער, וואָס די אַרכעאָלאָגן האָבן געהאַט אויסגעגראָבן, און — עווריקאַ! מיר ווייסן שוין, אַז די חזירים שטאַמען פֿון אייראָפּע. אַ סבֿרא, אַז געבראַכט האָבן זיי די פּלישתּים, וועלכע האָבן, נעבעך, ניט געהאַלטן פֿון כּשרות. ייִדן, אַ נאָמאַדיש פֿאָלק, האָבן זיך מיט חזירים ניט פֿאַרפֿירט, ווײַל זיי טויגן זיך ניט אויס צו וואַנדערן פֿון איין אָרט אויפֿן אַנדערן.
אָבער די דאָזיקע רעטענישפֿולע פֿראַגע פֿון חזירים טראָגט ניט אין זיך קיין שום פּאָליטישן קאָנטעקסט. בפֿרט נאָך אַז פֿון יענע, פּלישתּישע בעל-חיים איז, אין תּוך אַרײַן, קיין זכר ניט פֿאַרבליבן. יעדנפֿאַלס, הערט מען זיך ניט צו צו זייערע פֿאָדערונגען. די רייד גייט וועגן אַ ריין אַקאַדעמישן אינטערעס. צוריק גערעדט, אפֿשר בין איך ניט גערעכט, ווײַל אין יענע מקומות האָט אַלץ, ממש אַלץ, אַ פּאָליטישן קאָנטעקסט.
אַזוי צי אַזוי, אָבער מע קען זײַן זיכער, אַז אַ פּאָליטישן טײַטש וועט באַקומען — און אפֿשר האָט שוין באַקומען — דער אַרטיקל, וואָס האָט זיך ניט לאַנג צוריק באַוויזן אין דעם זשורנאַל Nature. דאָס איז אַ באַריכט פֿון אַ קאָלעקטיווער פֿאָרשונג (17 לײַט פֿון אַקאַדעמישע צענטערס אין אַמעריקע, גרויס-בריטאַניע, פּאָרטוגאַל, איטאַליע, רוסלאַנד, טשעכיע און מאַלײַזיע), וואָס הייסט: A substantial prehistoric European ancestry amongst Ashkenazi maternal lineages, אָדער „אַ ממשותדיקע אוראַלטע אייראָפּעיִשע אָפּשטאַמונג אין די אַשכּנזישע ייִחוס-בריוו פֿון דער מוטערס צד‟.
איך געהער ניט צו די יחידי-סגולה, וואָס פֿאַרשטייען דאָס פּראָפֿעסיאָנעלע לשון פֿון די גענעטיקער, אַזוי אַז דער גרעסטער טייל פֿון דעם דאָזיקן אַרטיקל בלײַבט פֿאַר מיר אַ סוד, באַהאַלטן הינטער זיבן שלעסער. אָבער דער אַרײַנפֿיר און, דער עיקר, דער סך-הכּל זײַנען אָנגעשריבן אויף אַ מער־אָדער־ווייניקער מענטשלעכער שפּראַך.
דער אויספֿיר פֿון אָט דער ברייט-מאַסשטאַביקער פֿאָרשונג קען מען פֿאַרסך-הכּלען אַזוי: ס’רובֿ אַשכּנזים שטאַמען פֿון אייראָפּע. געאָגראַפֿיש זעט עס אויס, אַז די אַשכּנזישע ייִדן האָבן זיך, אַ פּנים, קריסטאַליזירט ווי אַ באַזונדערע גרופּע אין מיטל־לענדישע געגנטן, מערסטנס אויף דער טעריטאָריע פֿון הײַנטיקער איטאַליע, און דערנאָך האָבן זיי מיגרירט צפֿון-צו, אין צענטראַלער אייראָפּע. וואָס שייך דער צײַט, איז מען געקומען צום אויספֿיר, אַז דעם אָנהייב פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום דאַרף מען ציילן ניט, ווי ס’איז פֿאַרפֿירט געוואָרן, דאָס הייסט, פֿון דעם חורבן-בית-שני; די פּראָטאָ-אַשכּנזים האָבן זיך, לויט די גענעטיקער, באַוויזן מיט אַ יאָרטויזנט פֿריִער.
מע קען זיך פֿאָרשטעלן אַזאַ געשיכטע: אַ געוויסע צאָל ייִדן זײַנען געקומען קיין אייראָפּע און זיך גענומען פֿאַר ווײַבער די היגע פֿרויען. אפֿשר קיין שיקסעניקעס זײַנען זיי בטבֿע ניט געווען, אָבער קיין ברירה האָבן זיי אויך ניט געהאַט, ווײַל די מיגראַציע איז — צוליב ווער ווייסט וועלכע סיבות — געווען אַ מענערישע.
די פֿאָרשער האָבן דערזען אַ היפּשע פֿאַרבינדונג צווישן מערבֿ- און מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן, אָבער אַ קנאַפּן שײַכות צו די צפֿון-קאַווקאַזישע און טשוּוואַשישע באַפֿעלקערונגען; דאָס הייסט, צו די כּוזרים, כאָטש וועגן דער לעגענדאַרער פֿאַרבינדונג צווישן אַשכּנזישע ייִדן און די כּוזרים האָט מען שוין אָנגעשריבן אַ באַרג ליטעראַטור. זייער ווייניק ווײַזט אָן דער גענעטישער מאַטעריאַל אויף אַ פֿאַרבינדונג מיטן נאָענטן מיזרח. די פֿאָרשער זײַנען געקומען צום אויספֿיר, אַז ניט מער פֿון צען פּראָצענט אַשכּנזישע ייִדן האָבן אַזאַ גענעטישן שײַכות, און צו מאָל איז עס אַ פּועל-יוצא פֿון ניט אַלטע, נאָר מאָדערנע קאָנטאַקטן.
הקיצור, חידושט זיך ניט טאָמער עס ציט אײַך אַוועקצוּוואַרפֿן אַלץ און פֿאָרן קיין איטאַליע. ווער ווייסט, אפֿשר איז עס גאָר ניט קיין קאַפּריז, נאָר אַ גענעטיש באַרעכטיקטער רוף פֿון בלוט. ס’איז ווי בײַ פֿיש, וואָס שלעפּן זיך ערגעץ אָפּצולייגן רויג. און די נשמה קען דערווײַל רופֿן קיין ירושלים, ברוקלין אָדער אומאַן.
ערנסט גערעדט, שטעלט עס אַלץ גרויסע און פֿעטע פֿראַגע-צייכנס אין געוויסע טיילן פֿון דער קאַנאָנישער, געשאַפֿן דורך מאַקס ווײַנרײַכן און אַנדערע געלערנטע, געשיכטע פֿון ייִדיש און פֿון אַשכּנז בכלל. אַ שאָד! אַ שיינע געשיכטע איז עס געווען, מע האָט עס געקענט דערציילן סײַ קליינע קינדער, סײַ סטודענטן. און דערנאָך זײַנען געקומען די גענעטיקער מיט זייערע גראָבע פֿינגער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.