אויפֿן בריטישן ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל, וואָס שליסט זיך דעם 17טן נאָוועמבער, איז פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילם ”בננות“, וואָס אויף ענגליש הייסט עס Cupcakes.
דער פֿילם פֿונעם רעזשיסאָר איתּן פֿאַקס, איז אַ ווײַטער שפּרונג פֿון זײַנע פֿריִערדיקע ווערק: ”יוסי און יאַגער“, ”גיי אויפֿן וואַסער“ און ”יוסי“ — פֿילמען וואָס באַהאַנדלען ערנסטע טעמעס ווי דער חורבן, דער קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די אַראַבער, און נישט־געלונגענע ליבעס.
”בננות“ איז אָבער גאָר אַנדערש — אַ מוזיקאַלישע קאָמעדיע, וואָס קוקט מיט נאָסטאַלגיע צוריק צו אַ צײַט אין דער ייִדישער מדינה, ווען די געזעלשאַפֿט האָט געהאַט אַ געוויסע אינטימקייט: ”…ווען מע האָט געקענט אַרײַנגיין צום שכן אויף אַ טעפּל צוקער, און דערנאָך זיך אַוועקזעצן טרינקען אַ קאַווע אין איינעם,“ זאָגט קרן, די נאַראַטאָרין.
אינעם פֿילם, וואָס קומט פֿאָר אין תּל־אָבֿיבֿ, פֿאַרזאַמלט זיך אַ גרופּע חבֿרטעס צו קוקן אויף דעם לידער־פֿאַרמעסט Universong. עס גיט זיי אַ געלעגנהייט צו פֿאַרגעסן די שפּאַנונג פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. דנה (דנה איווגי) איז אַן אַסיסטענטקע פֿון אַ קאַבינעט־מיניסטער, אָבער גלײַכצײַטיק אויך אַ טראַדיציאָנעלע פֿרוי, וואָס וויל שטאַרק צופֿרידנשטעלן דעם טאַטן. קרן (קרן בערגער) איז אַ שעמעוודיקע בלאָגערין און אַ קבֿד־פּה. עופֿר שעכטער איז אַ קינדערגאָרטן־לערערין מיט אַ שיינעם געליבטן, וואָס פֿרויען ווערן צו אים תּמיד צוגעצויגן, כאָטש שטילערהייט ווײַזט זיך אַרויס, אַז ער איז דווקא מער צוגעצויגן צו די מענער. יעל (יעל בר־זוהר) איז אַ געוועזענע מאָדעלקע, וואָס איז שטאַרק אומצופֿרידן מיט איר איצטיקער שטעלע ווי אַ קאָרפּאָראַטיווע אַדוואָקאַטקע. ענת פֿירט אָן מיט אַ הצלחהדיקער בעקערײַ, אָבער די באַציִונגען צווישן איר און איר מאַן הענגען אויף אַ האָר. ווען אירע חבֿרטעס דערוויסן זיך, אַז ענתס מאַן האָט זי פֿאַרלאָזט, שרײַבן זיי איר אָן אַ ליד, כּדי זי אויפֿצומינטערן. אומגעריכט ווערט ”אַ ליד פֿאַר ענת“ גאָר דאָס ליד, וואָס ישׂראל שטעלט צו צום לידער־פֿאַרמעסט אויפֿן קומעדיקן יאָר.
צווישן די אַקטריסעס אויפֿן עקראַן — וואָס אַלע זענען שטערן פֿון דער אָרטיקער מעדיאַ — דערפֿילט מען אַן אמתע אינטימקייט; אפֿשר צום טייל, ווײַל זיי ניצן אַלע די אייגענע נעמען.
”בננות“ באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון זיך נישט אונטערגעבן, אָנכאַפּן יעדע געלעגנהייט און נישט דערלאָזן, אַז אונדזערע מוראס זאָלן אונדז אונטערהאַקן די פֿליגל. בײַם סוף פֿונעם פֿילם ווערט יעדע פֿון די העלדינס אויסגעלייזט צום גוטן. נישט שטאַרק רעאַליסטיש, נאָר וועמען גייט עס אָן? דער געראָטענער דיאַלאָג און די שיינע ריטמישע מוזיק מאַכט דעם פֿילם אַן אינספּירירנדיקן, און אויף אַ גוטן אופֿן צו אַנטלויפֿן פֿון די טעגלעכע דאגות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.