די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג ראַנגלט זיך די טעג מיט אַ פּריקרער פּראָבלעם, וואָס שייך די נישט־ייִדישע מיטגלידער פֿון זייערע סינאַגאָגעס. וווּ דאַרף דער נישט־ייִדישער טאַטע אָדער מאַמע פֿון אַ בר־מיצווה בחור שטיין, בעת דאָס קינד לייענט די פּרשה? קען אַ נישט־ייִד עפֿענען די פּרוכת פֿונעם אָרון־קודש? זאָלן די נישט־ייִדישע מיטגלידער האָבן שטימרעכט?
בײַ די פֿירער פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג זענען זיי וויכטיקע קשיות, ווײַל זיי באַטאָנען אַ פֿילאָסאָפֿישע און פּראַקטישע דעבאַטע, וואָס שייך דער פֿראַגע: ווי זאָל מען זיך באַציִען צום נישט־ייִד?
לויט די רעזולטאַטן פֿון דער ”פּיו־שטודיע“ וועגן די הײַנטיקע ייִדן אין אַמעריקע, באַשטייען מער ווי אַ פֿערטל פֿון די הײַנטיקע קאָנסערוואַטיווע משפּחות פֿון געמישטע פּאָרפֿעלקער.
די רעפֿאָרם־באַוועגונג ראַנגלט זיך אויך מיט דער פֿראַגע, אָבער צוליב דעם וואָס רעפֿאָרם־יודאַיִזם פֿירט זיך נישט לויט דער הלכה, און וואָס די באַוועגונג נעמט אָפֿיציעל אָן געמישטע פּאָרפֿעלקער, שאַפֿט עס נישט די זעלבע דראַמע וואָס בײַ די קאָנסערוואַטיווע ייִדן.
בײַ די אָרטאָדאָקסישע ייִדן, פֿאַרקערט, איז די שטעלונג זייער קלאָר: די נישט־ייִדן שפּילן בכלל נישט קיין ראָלע אין די טעטיקייטן פֿון דער שיל. די תּקנות זענען קלאָר, שוואַרץ־אויף־ווײַס. אין אַ טייל אָרטאָדאָקסישע שילן, וועט מען אַפֿילו נישט לאָזן אַ ייִד, וואָס האָט אַ נישט־ייִדישע פֿרוי, אָנצופֿירן מיטן דאַווענען.
אָבער אין דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, וואָס שטאָלצירט מיט איר בייגעוודיקייט, וואָס שייך דער הלכה, איז דער ענטפֿער ווײַט נישט קלאָר, בפֿרט אַז לויט די קאָנסערוואַטיווע פּרינציפּן, איז דאָס חתונה האָבן מיט אַ נישט־ייִד פֿאַרווערט.
די דיסקוסיעס קומען פֿאָר אין אַ צײַט, ווען די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג מאַכט דורך אַן ערנסטע ירידה. בלויז 18% אַמעריקאַנער ייִדן אידענטיפֿיצירן זיך הײַנט מיט דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, וואָס איז אַמאָל געווען דער פּאָפּולערסטער רעליגיעזער שטראָם בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן.
דערווײַל האָבן די באַזונדערע סינאַגאָגעס פֿאַרענטפֿערט די פּראָבלעם אויף זייער אייגענעם אופֿן. געוויסע פֿון זיי דערלויבן די נישט־ייִדן פֿאָרצולייענען די ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער תּפֿילה לכּבֿוד דער רעגירונג, מדינת־ישׂראל און שלום אויף דער וועלט. די אַנדערע גיבן די נישט־ייִדן שטימרעכט, אָבער דערלויבן זיי נישט צו דינען אין דער פֿאַרוואַלטונג. די דריטע זאָגן, אַז זיי קאָנען בכלל נישט זײַן קיין מיטגלידער פֿון דער שיל.
דעבי בערטאָן, אַ נישט־ייִדישע פֿרוי מיט אַ ייִדישן מאַן, וועלכע דערציט אירע קינדער ווי ייִדן, האָט נישט געדאגהט וועגן דעם ענין ביז איר טאָכטערס בת־מיצווה, ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז זי קאָן נישט אָפּהאַלטן קיין רעדע פֿון דער בימה אין איר שיקאַגער שיל. ”כ׳האָב געהאַט פֿאַראיבל, וואָס איך האָב נישט געמעגט איבערגעבן פֿאַרן עולם מײַנע געפֿילן אויף דער וויכטיקער ייִדישער געשעעניש פֿון מײַן קינד,“ האָט זי געשריבן אין אַן עסיי פֿאַר דער וועבזײַט Interfaithfamily.com. ”כאָטש איך אַליין בין נישט קיין ייִדישע, האָב איך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער דערציִונג פֿון מײַנע קינדער.“
יענע איבערלעבונג האָט זי געמוטיקט צו פּרוּוון ענדערן די פּאָליטיק פֿון דער שיל, כאָטש צום סוף האָט זי אַליין נישט געדאַרפֿט די ענדערונגען, ווײַל זי האָט זיך מגייר געווען.
”עלטערן וואָס האָבן זיך אונטערגענומען צו דערציִען זייערע קינדער ווי ייִדן, אָבער זענען אַליין זיך נישט מגייר, זענען העלדן אין מײַנע אויגן,“ האָט דערקלערט ראַבינער סטואַרט וואָגל פֿון ”טעמפּל עליה“ אין לאָס־אַנדזשעלעס. ”דערפֿאַר האָבן מיר אײַנגעפֿירט אַ ריטואַל יעדן שבת צו דערמאָנען די פּאָרפֿעלקער, וואָס פּראַווען יענע וואָך אַ חתונה־יובֿל. די געמישטע פּאָרפֿעלקער ווערן אויך באַערט. און בעת די בר־מיצווה צערעמאָניעס, גיבן ביידע עלטערן דעם נײַעם טלית צום קינד, אָבער בלויז דער ייִדישער טאַטע אָדער מאַמע בענטשט דאָס קינד.“
וואָגל מאַכט אַפֿילו דעם הספּד בײַ די לוויות פֿון די נישט־ייִדישע מענער און פֿרויען אין זײַן סינאָגאָגע, רופֿנדיק זיי ”אוהבֿי־ישׂראל“. ”דעם אמת געזאָגט, זענען אַ טייל פֿון די געטרײַסטע מיטגלידער פֿון אונדזער שיל דווקא די נישט־ייִדישע,“ האָט ער געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.