לעצטנס, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ פּובליקירט מײַן אַרטיקל וועגן דער פּלוצעם־אַנטדעקטער פּרעשבורגער האַנטשריפֿטלעכער הגדה מיט עבֿרי־טײַטש. אַן אַנדער, גאָר אַ באַרימטער ייִד פֿון פּרעשבורג, האָט איבערגעלאָזט אַ ריזיקע ירושה, וועלכע ווירקט נאָך אַלץ אויף דער ייִדישער שפּראַך־פּאָליטיק. עס גייט אַ רייד וועגן הרבֿ משה שרײַבער (1762—1839), באַקאַנט אין דער וועלט ווי דער חתם־סופֿר.
ווען אַהרן הערלינגער האָט געשאַפֿן זײַן קינסטלערישע הגדה, האָבן אַ סך פּרעשבורגערער ייִדן נאָך גערעדט אויף ייִדיש, הגם די אַסימילאַטאָרישע טענדענצן האָבן שוין אָנגעהויבן אַרײַנקריכן — בפֿרט צווישן די אָרטיקע ייִדישע עשירים, וועלכע האָבן געחלומט זיך אַרײַנצופּאַסן אין די אייראָפּעיִשע אַריסטאָקראַטישע קרײַזן. אינעם יאָר 1806, ווען דער חתם־סופֿר איז געוואָרן דער פּרעשבורגער הויפּט־רבֿ, האָט די שטאָט שוין אויסגעזען גאַנץ אַנדערש. די משׂכּילים האָבן אַרײַנגעבראַכט, צווישן פּראָגרעסיווע שׂכלדיקע געדאַנקען, אַ שׂינאה צו ייִדיש און צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער קולטור, פּרוּוונדיק נאָכצומאַכן וואָס מער די „ציוויליזירטע‟ קריסטן.
דער חתם־סופֿר, זײַענדיק איינער פֿון די שאַרפֿסטע קעגנער פֿון השׂכּלה, האָט פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער הײַנטיקער חרדישער ייִדישקייט מיט זײַן לאָזונג „חדש אָסור מיט התּורה‟ — די תּורה פֿאַרווערט אײַנצופֿירן וועלכע־ניט־איז אינאָוואַציעס אין ייִדישקייט. זײַן קאַמף אָפּצוהיטן דעם אַלטן אויטענטישן „רוח ישׂראל סבה‟, דעם גײַסט פֿון דער טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער ייִדישקייט, האָט אויך אַרומגענומען די שפּראַכלעכע ענינים. דער חתם־סופֿר קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ פֿאָרלויפֿער פֿון ייִדישיזם, וועלכער האָט משפּיע געווען, דירעקט און אומדיקערט, אויף די געדאַנקען פֿון וועלטלעכע ייִדישיסטן.
ווי דער חתם־סופֿר דערקלערט אין איינעם פֿון זײַנע פֿילצאָליקע ספֿרים, האָבן די אָבֿות פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות בכּיוון אויסגעמישט זייער שפּראַך, כּדי צו רעדן אַנדערש ווי גויים, אָבער נישט אויף לשון־קודש, וואָס טויג נישט פֿאַרן טאָג־טעגלעכן שמועס. אין בבֿל האָבן זיי אויסגעאַרבעט אַ ייִדישן מין אַראַמיש, און אין אייראָפּע — ייִדיש. דעם אָריגינעלן גערעדטן לשון־קודש האָבן די ייִדן אין גלות, סײַ־ווי־סײַ, פֿאַרגעסן. עס באַקומט זיך, אַז דווקא ייִדיש איז די אמתע נאַטירלעכע ייִדישע פֿאָלק־שפּראַך; הגם ער טעאָרעטיזירט וועגן ייִדישע עדות בכלל, מיינט ער, פֿאַרשטייט זיך, דאָס מאַמע־לשון פֿון די פּרעשבורגער ייִדן. דער חתם־סופֿר האָט פֿאַרווערט זײַנע נאָכפֿאָלגער צו דאַוונען אין די שילן, וווּ די רבנים דרשנען אויף דײַטש, און מיט אַ קנאָיִשן אימפּעט גערופֿן אָפּצוהיטן זייער מאַמע־לשון.
די שפּעטערדיקע רבנים, וועלכע האָבן ממשיך געווען דעם חתם־סופֿרדיקן דרך און ווײַטער פֿאַרשפּרייט די יסודות, אויף וועלכע עס שטייט די הײַנטיקע חרדישע ייִדישקייט, האָבן אַרויסגעזאָגט נאָך שאַרפֿערע דעות. למשל, דער קלויזנערבערגער רבי, יקותיאל־יהודה האַלבערשטאַם (1905—1995), האָט אָנגעשריבן אין זײַן צוואה, אַז ייִדן מוזן שטענדיק רעדן נאָר אויף ייִדיש. בלויז ווען מע מוז רעדן מיט אַ גוי אָדער אַ ייִד, וואָס קען נישט קיין ייִדיש, מעג מען זיך באַנוצן מיט אַן אַנדער שפּראַך. דער, וואָס רעדט נישט אויף ייִדיש, „רײַסט זיך אָפּ פֿונעם לעבן‟.
דער גרעסטער אידעאָלאָג פֿון אַזעלכע שאַרפֿע דעות איז געווען, מסתּמא, דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, וועלכער האָט אויסגענוצט דעם חתם־סופֿרס געדאַנק ווי אַ שטאַרקן אַרגומענט קעגן דעם מאָדערנעם העברעיִש, וועלכן ער האָט באַטראַכט ווי אַ פֿרעמדע און שעדלעכע „לשון־טומאה‟. להיפּוך צו זײַן מיליטאַנטישן אַנטי־העברעיִזם, האָט ער געהאַלטן, אַז דאָס אמתע לשון־קודש איז ייִדיש. אַזוי ווי דער אַראַמיש פֿונעם תּנ״כישן ספֿר־דניאל, זענען די ייִדיש־רייד פֿון גרויסע צדיקים ממש הייליק.
אינעם יאָר 1994, האָט די סוליצער רביצין, שיפֿרה רובין, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם זשורנאַל „דאָס ייִדישע וואָרט‟ אַן אַגיטאַציע־בריוו וועגן ייִדיש. אויפֿן סמך פֿונעם סאַטמאַרער רבין, קריטיקירט זי דאָרטן די, וואָס דערלאָזן זייערע קינדער אויסצוּוואַקסן ווי „אַן ענגליש בחורל‟, וואָס רעדט אויף „ענגליש־גוייִש‟, באַטראַכט ענגליש ווי אַ קוואַל פֿון אַ „חורבן‟, און פֿאַרדאַמט די, וואָס האָבן אין זייערע שטיבער אַ „בוק-קייס‟ אַנשטאָט „אַ ספֿרים־שאַפֿע‟.
מע קאָן זאָגן, אויב מע נעמט אין באַטראַכט די צאָל אַקטיווע ייִדיש־רעדער אין דער וועלט, אַז דער „חתם־סופֿרדיקע‟ שיטה בלײַבט הײַנט די פֿירנדיקע אידעאָלאָגיע, וואָס העלפֿט סאַטמאַר און אַנדערע חסידישע קהילות פֿונעם אונגערישן און גאַליציאַנער סאָרט אָפּצוהיטן און פֿאַרשפּרייטן ייִדיש. הגם אַזאַ אידעאָלאָגיע אַרבעט גאַנץ עפֿעקטיוו, ווי מע זעט עס באַשײַמפּערלעך אויף די הײַנטיקע ניו־יאָרקער גאַסן, שטעקן אין איר צוויי גרויסע חסרונות. אויב די מיצווה צו רעדן ייִדיש באַשטייט אין דעם, אַז מע מוז רעדן אַנדערש ווי אַ גוי, קאָן מען רעדן אויף אַ פֿאַרדרייטן האַלב־ענגלישן אַמעריקאַנער ייִדיש, וואָס קלינגט זיכער אַנדערש ווי וואָס־ניט־איז גוייִשע שפּראַך.
צווייטנס, איז אַזאַ שיטה פֿאַרבונדן מיטן אַנטי־גוייִשן שאָוויניזם. די דערמאָנטע רביצין טענהט אין איר בריוו, אַז די ענגלישע פֿרומע ביכער קאָנען, „חלילה אָנברענגען‟ אַ סך אַנטיסעמיטיזם, ווײַל גויים קאָנען דאָך אַרײַנקוקן אַהין און געווויר ווערן, וואָס ייִדן טראַכטן וועגן זיי. מיט די אַנדערע ווערטער, באַשטייט די מעלה פֿון ייִדיש אין דעם, וואָס ייִדן קאָנען זיך דערמיט באַנוצן ווי מיט אַ מין געהיימע „הענטשקע־לשון‟, כּדי אויסצודריקן פֿרײַ אַזעלכע געדאַנקען, וואָס קאָנען אַרויסרופֿן שׂינאה בײַ אַ דרויסנדיקן מענטש. צום באַדויערן, שטימט אַזאַ געדאַנקען־גאַנג מיטן אַלטן אַנטיסעמיטישן סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן ייִדיש איז טאַקע „אַ געהיימער זשאַרגאָן‟.
פֿאַרוואָס זאָל אַ פּראָגרעסיווער ייִד, וואָס באַציט זיך פּאָזיטיוו צו אַלע מענטשן און זייערע קולטורן, רעדן אויף ייִדיש? לויט דער דערמאָנטער נעגאַטיווער לאָגיק, קומט די פּאָזיטיווע באַציִונג צו דער דרויסנדיקער וועלט, כּלומרשט, אין סתּירה מיטן ענין פֿון קדושה, וואָס, לויט דער אונגעריש־גאַליציאַנער האַלב־מתנגדישער שיטה, איז דער טײַטש איזאָלאַציע און פֿאַראַכט צו אַלץ, וואָס זעט נישט אויס „היימיש‟.
דער דערמאָנטער נעגאַטיווער אַספּעקט ווערט אָבער קאָמפּענסירט מיטן געזונטן עמאָציאָנעלן געפֿיל פֿון פֿאַרבינדונג צו די טראַדיציעס פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער „אַלטער היים‟, ווי אויך מיט פֿאַרשיידענע פּאָזיטיווע חסידישע טעאָריעס פֿון „מיסטישן ייִדישיזם‟. צוליב דעם, סטאַרען זיך אַ טייל חסידים צו רעדן אויפֿן אויטענטישן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדיש.
רבי נחמן בראַצלעווער האָט באַטראַכט ייִדיש ווי די אַשכּנזישע ווערסיע פֿונעם לשון-תּרגום — אַ שפּראַך, וואָס פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אין ייִדישקייט. אין זײַן עיקר־ספֿר „ליקוטי־מוהר״ן‟ גיט ער זײַנע חסידים אַן עצה צו זאָגן אייגענע תּפֿילות אויף ייִדיש, ווײַל „עס ציט צו דאָס האַרץ‟. רבי נחמן האָט געהייסן אָפּצודרוקן זײַנע „סיפּורי־מעשׂיות‟ דווקא אויף צוויי שפּראַכן, לשון־קודש און ייִדיש. אין זײַן באַציִונג צו ייִדיש איז נישטאָ קיין טראָפּן פֿון קעגנערשאַפֿט צו די גויים. פֿאַר אַ סך אַנדערע חסידים איז ייִדיש אויך נישט בלויז אַ מיטל זיך אָפּצוטיילן פֿון די גויים, נאָר די שפּראַך פֿונעם ייִדישן האַרץ.
דער ערשטער חב״ד־רבי, שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דערקלערט אין זײַן ספֿר „ליקוטי-תּורה‟, אַז עס זענען פֿאַראַן צוויי מינים לשון־קודש, וואָס קאָנען פֿאַרגליכן ווערן צו נאַטירלעכע שטיינער און בריקן. די תּורה, וואָס משה רבינו האָט באַקומען אויפֿן באַרג סיני, איז אָנגעשריבן אויף דער שפּראַך, וואָס איז אָראָפּגעקומען פֿון הימל, ווי אַ טײַערער שטיין. במשך פֿון אַ סך דורות, האָבן די ייִדן אַרײַנגעבראַכט קדושה אין זייער גערעדטער שפּראַך, ייִדיש, באַאַרבעט די „רויע ליים‟ פֿון די אַרומיקע שפּראַכן, און געשאַפֿן אַ נײַע הייליקע שפּראַך פֿון די „ציגל‟, וואָס זענען פּונקט אַזוי פֿעסט און שיין, ווי די „שטיינער‟ פֿון לשון־קודש.
ווי אַ וויכטיקער אויספֿיר פֿונעם „אַלטן רבינס‟ געדאַנק, קומט אויס, אַז לשון־קודש אָן ייִדיש בלײַבט בלויז אַ האַלבע שפּראַך, אַזוי ווי אַ שטיינערנער פֿונדאַמענט פֿון אַ ציגלנעם טורעם, אָפּגעריסן פֿונעם ריזיקן בנין, וואָס ייִדן האָבן אויסגעבויט אויפֿן יסוד פֿון לשון־קודש במשך פֿון טויזנטער יאָר.
דער ווילענדניקער רבי מישט אין זײַן ספֿר „שארית ישׂראל‟ די געדאַנקען פֿונעם טשערנאָבילער און חב״ד־חסידות. זײַן טעאָריע פֿון ייִדיש האָט ער פֿאָרמולירט, מעגלעך, אויפֿן סמך פֿונעם „אַלטן רבין‟. ייִדיש, אַזוי ווי לשון־תּרגום, דינט ווי אַ פּרוכת צווישן לשון־קודש און וועלטלעכע שפּראַכן. מיטאַמאָל, איז עס אַ הייליקע און געוויינטלעכע שפּראַך. אין געוויסע אַספּעקטן, איז עס אַפֿילו הייליקער, ווי לשון־קודש. רעדנדיק דבֿרי-קדושה אויף ייִדיש, בויען ייִדן אויס דעם מיסטישן גוף פֿון משיח. ייִדיש איז נישט בלויז אַ טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון ייִדן, נאָר — נישט מער, נישט ווייניקער — אַ וויכטיקער עלעמענט אינעם משיחישן גאולה־פּראָצעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.