דער בעסאַראַבער ייִד און דער „שלום־פּראָצעס‟

Bessarabian Jew and the Peace Process


פֿון משה לעמסטער

Published November 19, 2013, issue of December 06, 2013.

די טעג האָט אַ 16־יאָריקער פּאַלעסטינער געהרגעט (געקוילעט) מיט אַ מעסער אַ יונגן ישׂראל־סאָלדאַט, וועלכער איז געשלאָפֿן אין אויטאָבוס, בלויז עטלעכע וואָכן נאָכן אָפּדינען אין דער אַרמיי. אונדזערע „רעכטע‟ זאָגן, אַז דער ייִדישער סאָלדאַט איז דער קרבן פֿון דעם „שלום־פּראָצעס‟; אונדזערע „לינקע‟ טענהן, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם טעראָריסטישן אַקט, דאַרף מען דעם שלום־פּראָצעס אומבאַדינגט ממשיך זײַן…

ישׂראל איז אַ קליין לאַנד, מיט ניט קיין רײַכע געשעפֿט־מעגלעכקייטן; דערפֿאַר איז דאָ אַזאַ געביט ווי „פּאָליטיק‟, אויך אַ מין געשעפֿט פֿון פּאָליטישע פּאַרטייען, פֿון כּנסת־דעפּוטאַטן אאַ׳וו. ווי אין אַנדערע געשעפֿטן, איז דאָ אויך אַ הויכע קאָנקורענץ און ס’זײַנען גילטיק די „וועלפֿישע געזעצן פֿונעם קאַפּיטאַליזם‟! באַזונדערס, ווען אין דעם ביזנעס וויל אַרײַנגיין, אַרײַנטרעטן, אַרײַנרײַסן זיך אַ פֿרעמדער, אַ צוגעקומענער, אַ ניט אין ישׂראל־געבוירענער פּאַרשוין. איין וואָרט, געשעפֿט!

סוף 1970ער יאָרן איז קיין ישׂראל עולה געווען מײַנער אַ בן־עיר, אַ בעסאַראַבער בחור. דאָס פּאָליטישע לעבן פֿון דער ייִדישער מדינה האָט אים פֿאַרכאַפּט און פֿאַרדרייט אין זײַן ווירבל. בײַם אָנהייב, ווי אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון „ליכּוד‟, האָט ער שפּעטער באַשלאָסן צו גרינדן אַן אייגענע פּאַרטיי און האָט זי אָנגערופֿן „ישׂראל ביתנו‟‟. נו־נו, מער האָט ער שוין ניט געדאַרפֿט, איר מעגט שוין ניט פֿרעגן! מע האָט אָנגעהויבן צו פֿאַרפֿירן אויף אים געריכט־ענינים, שלעפּן אים צו די פֿאַרהערן. אויב מע האָט ניט געקענט דערווײַזן זײַן שולד לויט איין ענין, האָט מען געעפֿנט אַ צווייטן, אַ דריטן, אַ פֿערטן… און „צופֿעליק‟ קומט עס פֿאָר גראָד דעמאָלט, ווען מע האַלט בײַ די וואַלן אין ישׂראל.

אַזוי האָט זיך עס געצויגן 17 יאָר! אַ רעקאָרד פֿאַר דעם „גינעס־בוך‟! די לינקע זשורנאַליסטן אין דער העברעיִשער פּרעסע האָבן געשריבן וועגן אים, אַז ער, דער בעסאַראַבער ייִד, איז וואָס אין דער קאָרט; מע האָט אים באַגאָסן מיט בלאָטע פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, באַשטעקט מיט פֿעדערן…

אין איינער אַ בכּבֿודיקער ניו־יאָרקער צײַטונג, פֿון דער אַזוי גערופֿענער „דזשויִשער פּרעסע‟, האָט אַ קאָרעספּאָנדענט אָפּגעדרוקט אַ „סענסאַציע‟, מע קאָן אַפֿילו זאָגן, אַ „סופּער־סענסאַציע‟: „ישׂראל ביתנו‟ איז אַ סאָוועטישע פּאַרטיי!‟ — ניט מער און ניט ווייניקער. און כאָטש דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז שוין פֿון לאַנג ניטאָ, דאָך, עקזיסטירט אַ שפּליטער פֿון דער געוועזענער אימפּעריע דווקא אין ישׂראל; און דאָס איז די פּאַרטיי, מיט וועלכער עס פֿירט אָן דער דאָזיקער בעסאַראַבער ייִד!

ווי עס זאָל ניט זײַן, האָבן די דרײַ ריכטער פֿונעם העכסטן געריכט אין ירושלים געשאָנקען דער „סאָוועטישער‟ פּאַרטיי אַ מתּנה; דהײַנו: דעם 6 נאָוועמבער, ערבֿ דער גרויסער סאָוועטישער חגא, דעם „טאָג פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע‟, האָט מען באַשטימט, אַז ער, דער בעסאַראַבער, איז ניט שולדיק! פֿונעם גאַנצן 17־יאָריקן רעש האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם, אַ נעכטיקער טאָג! דער בן־עיר מײַנער איז אַרויס טריקן, ריין און מיט זיבעצן זילבערנע האָר אויפֿן קאָפּ…

וואָס זשע טוט אין אַזאַ פֿאַל אַ בעסאַראַבער ייִד? — ער גייט צו זײַן ייִדישער מאַמע, צו דער טײַערער בעסאַראַבער ייִדענע, כּדי צו ברענגען איר די גוטע בשׂורה! און בשעת זיי זיצן בײַם טיש, טרינקען אַ גלאָז טיי מיט אַ שטיקל זיסן בעסאַראַבער קוגל, טרעטן שוין אַרויס אויף דער טעלעוויזיע די פֿאָרשטייער פֿון לינקע פּאַרטייען. איר זאָלט ניט מיינען, אַז זיי אַנטשולדיקן זיך, בעטן מחילה בײַם אומשולדיקן! וואָס, ווער, ווען? ס’הייבט זיך ניט אָן און ס’לאָזט זיך ניט אויס! די דעמאָקראַטן שיטן פֿײַער: דער אָנפֿירער פֿון פּאַרטיי „ישׂראל ביתנו‟, איז זיכער אַ קאָרופּציאָנער, אַ גנבֿ, אַ כאַבאַרניק… פּשוט די פּראָקוראָרן, די אויספֿאָרשער האָבן עס ניט געקאָנט דערווײַזן!… לויט זייער לאָגיק קאָן מען דאָך זאָגן, אַז יעדער מענטש איז אַ פֿאַרברעכער, און אַז דער פּראָקוראָר קאָן עס פּשוט נישט דערווײַזן! פֿאַר וואָס זשע זענען אַזוי עקשנותדיק קעגן דעם געוועזענעם סאָוועטישן בירגער די לינקע?

צו ערשט, אַ ביסל געשיכטע. אין צאַרישן רוסלאַנד און אין דעם רומענישן אַדלטום זענען, געוויינטלעך, אונדזערע בעסאַראַבער ייִדן געווען „לינקע‟, ווײַל די צאַרישע רעגירונג איז געווען אַן עקסטרעם־רעכטע און אַן אַנטיסעמיטישע. דאָס זעלבע — אין די פֿאַשיסטישע צײַטן פֿון מאַרשאַל אַנטאָנעסקו — אַ רעכטע און אַן אַנטיסעמיטישע. זענען די ייִדן געווען „לינקע‟. אַ בײַשפּיל: יוסף ראָלניק האָט אַ ליד „שכנים‟, וועגן זיך און דעם שרײַבער אײַזיק ראַבאָי. ווי מיר ווייסן, האָט אײַזיק ראַבאָי — דער ייִדישער קאַובוי (אַלע בעסאַראַבער זענען אַ ביסעלע קאַובויער)זײַנע קינדער־ און יוגנט־יאָרן פֿאַרבראַכט אינעם בעסאַראַבער שטעטל רישקאַן. אַ סטראָפֿע פֿון ראָלניקס ליד:

…מיר רעדן ווי אַלטע גוטע פֿרײַנד,
מיר רעדן פּשוט און עכט;
כאָטש ער איז דורך און דורכויס לינק
און איך — אַ קאַפּעלע רעכט…

אין די סאָוועטישע צײַטן איז די קאָמוניסטישע רעגירונג געווען לויט דער אידעאָלאָגיע אַ לינקע, נאָר אויך אַן אַנטיסעמיטישע. איז אַ טייל פֿונעם נײַעם דור סאָוועטישע ייִדן געוואָרן רעכט־געשטימט. פֿון דאַנען האָבן זיך גענומען די „דיסידענטן‟, די אסירי־ציון. צו דעם דור האָט אויך געהערט מײַן העלד, דער אָנפֿירער פֿון דער „סאָוועטישער‟ פּאַרטיי אין ישׂראל.

מיט וואָס זשע פֿאַר אַ „סחורה‟ האַנדלען די „לינקע‟ איז זייער געשעפֿט? די סחורה הייסט, „שלום־פּראָצעס!‟ פֿאַר דער סחורה באַקומט מען אי פּאָליטישע, אי פֿינאַנציעלע דיווידענטן; זי ברענגט אַפֿילו אַ נאָבעל־פּרײַז! וויכטיק איז, אַז דער פּראָצעס זאָל אָנגיין, און זיך ניט אָפּשטעלן! דער „ביזנעס‟ זאָל תּמיד זײַן אין פֿולן בלי! און ניט וויכטיק, אַז די פּאַלעסטינער אָרגאַניזירן טעראָריסטישע אַטאַקן, סטראַשען אָפּצוּווישן ישׂראל פֿון דער ערד, לאָזן אַרויס לערנביכער, אין וועלכע די ייִדן זענען די גרעסטע שׂונאים זייערע, פֿירן טאָג־טעגלעך אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע! וויכטיקער איז — דער שלום־פּראָצעס! זאָל ער אָנגיין אַפֿילו ביז משיחס צײַטן! בקיצור, איבערגעטײַטשט דאָס בעסאַראַבער ווערטל: די קוילן באַזונדער און די יויך באַזונדער אויף אַ נײַעם לינקן אופֿן: טעראָר באַזונדער און דער שלום־פּראָצעס באַזונדער!

און דאָ קומט אַ פֿרעמדער, אַ בעסאַראַבער, אַן עולה פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זאָגט, אַז די סחורה פֿון די „לינקע‟ טויג שוין אויף כּפּרות וכּדומה… ווײַטער, לייענט די מעשׂה פֿון פֿריִער.

איך וויל עפֿענען נאָך אַ סוד: די ישׂראלדיקע געוועזענע סאָוועטישע ייִדן שלעפּן זיך ניט נאָך מײַן בן־עיר און זײַן פּאַרטיי, ווי שעפֿעלעך נאָך אַ פּאַסטעך, וועלכער שפּילט אויף אַ פֿײַפֿעלע. די פּענסיאָנערן — די אַמאָליקע סאָוועטישע קאָמוניסטן, וועטעראַנען פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, בויער פֿונעם קאָמוניזם — זענען לויט זייער אידעאָלאָגיע, לויט זייער דערציִונג — לינקע! זיי שטימען פֿאַר דער אַרבעטער־פּאַרטיי, פֿאַר „קדימה‟, פֿאַר „יש עתּיד‟, פֿאַר וועמען איר ווילט, נאָר ניט פֿאַר „ישׂראל ביתנו‟!

פֿאַר דער פּאַרטיי, מיט וועלכער עס פֿירט אָן דער בעסאַראַבער ייִד, שטימען אויף די וואַלן די, וואָס זענען מסכּים מיט דער רעכטער, און אפֿשר גערעכטער, אידעאָלאָגיע! די וואָס זענען מסכּים מיט זײַן אמת, מיט זײַן אָרנטלעכקייט און ערלעכקייט! נו, און די בעסאַראַבער ייִדן, פֿאַרשטייט זיך? — זיי גלייבן דעם ייִדישן שרײַבער אפֿרים אויערבאַך, וועלכער האָט געשריבן: „דער נוסח בעסאַראַביע איז גײַסטיקע ברייטקייט, נשמהדיקע ווייכקייט, מענטש־פּשוטקייט… מיטן אָפֿענעם פּנים צו דער זון… מיטן אָפֿענעם האַרץ איז דער בעסאַראַבער ייִד געגאַנגען…‟ — און מע דאַרף צוגעבן, אַז ער, דער בעסאַראַבער ייִד, האָט ניט ליב, ווען מע הייבט אָן צו פֿאַרשטעלן די זון, וואָס שײַנט פֿאַר אים און פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.

פֿאַר מײַן בן־עיר זײַנען אַדורך 17 שלעכטע יאָרן. לאָמיר האָפֿן, אַז איצט וואַרטן אויף אים 17 גוטע, שפֿעדיקע יאָר, מיט אַלע 17 גליקן. ער, דער בעסאַראַבער ייִד, איז נאָך אַ מאָל געוואָרן אַ וואַזשנער, אַ גרויסער מיניסטער. זײַן לעבן איז ווי אַ מאָלדאַווישע דוינע — צו ערשט, איז דער ניגון אַן אומעטיקער, טרויעריקער, דערנאָך אַ לוסטיקער, אַ פֿריילעכער…