דער ישׂראלדיקער פֿעלד-שפּיטאָל אין פֿיליפּינען האָט געהאָלפֿן די אָרטיקע מאַמעס צו האָבן, צום ווייניקסטן, 12 קינדער. איין קינד האָט די מאַמע אָנגערופֿן ישׂראל. יעדן טאָג באַזוכן דעם שפּיטאָל אַרום 300 פּאַציענטן; אַ סך פֿון זיי זענען די פֿאַרגאַנגענע וואָך פֿאַרוווּנדעט געוואָרן בעת דעם טײַפֿון „הײַאַן‟, אָדער געליטן פֿון דעם, וואָס נאָך דער נאַטור־קאַטאַסטראָפֿע זענען אינעם לאַנד צעשעדיקט געוואָרן די וואַסערלייטונג און עלעקטריע־ליניעס. ס׳רובֿ עופֿעלעך זענען געבוירן געוואָרן פֿרי, און געראַטעוועט געוואָרן, אַ דאַנק די אינקובאַטאָרן, וואָס די ישׂראלדיקע מיליטערישע דאָקטוירים האָבן געבראַכט אינעם פֿעלד־שפּיטאָל.
ד״ר עופֿר מערין, דער מעדיצינישער פֿאַרוואַלטער פֿונעם שפּיטאָל, אַ לייטענאַנט־פּאָלקאָווניק פֿון צה״ל, האָט דערקלערט, אַז אָן דער הילף פֿון די אינקובאַטאָרן וואָלטן די קינדער, מעגלעך, נישט געקאָנט אויסלעבן. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, האָבן די 147 באַטייליקטע אין דער ישׂראלדיקער מעדיצינישער און הומאַניטאַרער דעלעגאַציע געבראַכט בערך 100 טאָן נייטיקע מאַטעריאַלן אין דער שטאָט באָגאָ, אויפֿן אינדזל סעבו — איינער פֿון די ראַיאָנען, וואָס האָבן צום מערסטן געליטן פֿונעם טײַפֿון.
מערין האָט איבערגעגעבן, אַז דער פֿעלד־שפּיטאָל האָט אָנגעהויבן אַרבעטן פֿרײַטיק אין דער פֿרי, ווי אַ הוספֿה צו אַן אָרטיקן שפּיטאָל. דער ישׂראלדיקער מעדיצינישער פּערסאָנאַל וועט, מסתּמא, בלײַבן אין פֿיליפּענען במשך פֿון צוויי וואָכן — עס ווענדט זיך אין די באַדערפֿענישן פֿון די געליטענע.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, איז אַ גרופּע ראַטירער פֿון דער ישׂראלדיקער הילף־אָרגאַניזאַציע IsraAID אויך אָנגעקומען אין טאַקלאָבאַן, דעם סאַמע צענטער פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע — די פֿיליפּינער פּאָרט־שטאָט, וווּ עס זענען אומגעקומען טויזנטער מענטשן און הונדערטער טויזנט געבליבן אָן אַ היים. פֿרײַטיק איז אַוועקגעפֿאָרן קיין פֿיליפּינען אַ צווייטע גרופּע הילף־וואָלונטירן פֿון IsraAID.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.