די פּוילישע דעלעגאַציע איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך צוריקגעקומען אין לאַנד פֿון ישׂראל, וווּ זי האָט זיך באַטייליקט אין אַ דרײַ־טאָגיקער קאַנפֿערענץ פֿונעם ISRAELI JEWISH CONGRESS, אָדער בקיצור IJC — דער ישׂראלדיקער-ייִדישער קאָנגרעס. דער ציל פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע איז צו פֿאַרשטאַרקן די באַציִונוגען צווישן מדינת-ישׂראל און די תּפֿוצות, קודם־כּל, אין אייראָפּע. אַמעריקאַנער ייִדן זענען אַ סך בעסער אָרגאַניזירט ווי די אייראָפּעיִשע ייִדן; זיי גיבן זיך אַליין אַן עצה.
דער קאָנגרעס וויל אַנגאַזשירן די אייראָפּעער ייִדן אינעם קאַמף קעגן דער דעליגעטימאַציע פֿון מדינת־ישׂראל אין זייערע מדינות. די אָרטיקע ייִדן רעדן די לאָקאַלע שפּראַכן, קענען בעסער די מענטאַליטעט פֿון זייערע נישט-ייִדישע שכנים, און האָבן מער קאָנטאַקטן מיט דער לאָקאַלער מעדיאַ; דעריבער קענען זיי אָפֿט מאָל מער משפּיע זײַן אויף דער עפֿנטלעכקייט, ווי די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרן, קאָנסולן און אַנדערע אָפֿיציעלע שליחים. אַרטור האָפֿמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿון דעם פֿאַרבאַנד פֿון די פּוילישע ייִדן — TSKZ, האָט רעפּרעזענטירט די ייִדישע פּוילישע קהילה. „ביז איצט האָבן ייִדן אין די תּפֿוצות געהאָלפֿן ישׂראל; איצט וויל ישׂראל העלפֿן די ייִדן אין די תּפֿוצות און דערבײַ העלפֿן זיך אַליין‟ — גיט אַרטור האָפֿמאַן צו פֿאַרשטיין דעם זין פֿון דער דאָזיקער נײַער אָרגאַניזאַציע.
„מיר, אייראָפּעיִשע ייִדן, ווילן אַרבעטן אין איינעם, פֿאַר זיך אַליין און פֿאַר מדינת־ישׂראל, — זאָגט אַרטור האָפֿמאַן. — מיר ווילן אַרבעטן אין איינעם קעגן דער דעליגיטימאַציע פֿון מדינת־ישׂראל.‟
אַרטור האָפמאַן דערמאָנט, אַז מער ווי אַ מיליאָן בירגער פֿון דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד וווינען אין ישׂראל. דאָס הייסט, אַז זיי קענען נעמען אָנטייל אין די וואַלן פֿון דעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט און אויף אַזאַ אופֿן משפּיע זײַן אויף אייראָפּע לטובֿת דער ישׂראל־פּאָליטיק.
„דער ישׂראלדיקער-אייראָפּעיִשער קאָנגרעס איז נייטיק סײַ פֿאַר ישׂראל און סײַ פֿאַר די אייראָפּעיִשע ייִדן, און דעם פֿאַרבאַנד פֿון די פּוילישע ייִדן בתוכם‟, — זאָגט האָפֿמאַן. דער פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן האָט אַלע זײַנע יאָרן געטאָן אַ חשובֿע קולטורעלע-געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעט, כּדי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿונעם חורבן אויף דער פּוילישער ערד. ווי באַקאַנט, איז דאָס פֿאַרלייקענען דעם חורבן אַ טייל פֿון דער דעליגיטימאַציע פֿון דער ייִדישער מדינה, און נישט נאָר יידן. „פּאָליאַקן אויכעט קומען צו די פֿאַרשיידענע קולטורעלע טרעפֿונגען, וואָס דער פֿאַרבאַנד אָרגאניזירט, — זאָגט אַרטור האָפֿמאַן. — דאָס איז גענוי וואָס דער ישׂראלדיקער-אייראָפּעיִשער קאָנגרעס האַלט פֿאַר נייטיק — משפּיע זײַן אויף דער אייראָפּעיִשער עפֿנטלעכקייט און ניט לאָזן צו אַ פֿאַרלייקענונג פֿונעם חורבן און אַנדערע מינים אַנטיסעמיטישע מעדיאַ-פּראָגראַמען‟.
צווישן אַנדערע האָבן די דעלעגאַטן פֿון די תּפֿוצות זיך געטראָפֿן מיטן ישׂראלדיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס, און אָנטיילגענומען אין אַ ספּעציעלער סעסיע אין כּנסת, וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט אַנטיסעמיטיזם און אַנטי-ישׂראל אַגיטאַציע אין דער וועלט בכלל און אייראָפּע בפֿרט.
***
דער מוזיי פֿון דער שטאָט קראָקע געפֿינט זיך אין דער אַמאָליקער פֿאַבריק פֿון אָסקאַר שינדלער. חורבן־קראָקע איז אַ טייל פֿון דער געשיכטע פֿון שטאָט, און דער מוזיי ווידמעט טאַקע אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג דעם חורבן. עס ווײַזט זיך אָבער, ליידער, אַרויס, אַז פֿאַר אַ סך יונגע תּלמידים וואָס קומען אין מוזיי, איז די חורבן־אויסשטעלונג אַ מין פֿאַרווײַלונגס־פּאַרק. זיי לאָזן זיך פֿאָטאָגראַפֿירן מיט אַ ברייטן שמייכל אויפֿן פּּנים מיט סוואַסטיקעס און להבֿדיל בילדער פֿון די קרבנות. דער דאָזיקער פֿענאָמען איז געוואָרן אַזוי פֿאַרשפּרייט, אַז אין פּוילישן ראַדיאָ האָט מען געהאַט אַ דעבאַטע וועגן אָט דעם ענין. זשורנאַליסטן האָבן דערציילט, אַז ענלעכע זאַכן קומען פֿאָר אינעם אוישוויץ־מוזיי. נישט ווייניק פּוילישע תּלמידים באַטראַכטן דעם אוישוויץ־מוזיי אויך ווי אַ מין שפּאַנענדיקן שרעק-פּאַרק. תּלמידים לאָזן זיך פֿאָטאָגראַפֿירן לעבן דעם קרעמאַטאָריום, ווי זיי וואָלטן געווען אין אַ מין מאַקאַברישן דיסניי-לאַנד.
הייסט עס, אַז דאָס קומען צו דעם אָדער יענעם מוזיי, איז נישט גענוג. מען דאַרף צוגרייטן די תּלמידים מיט לעקציעס פֿון געשיכטע און עטיק, איידער מען ברענגט זיי צו די ערטער, וווּ די גרעסטע פֿאַרברעכנס אין דער מענטשלעכער געשיכטע זענענן באַגאַנגען געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.