אַ יאָר נאָך „עמוד ענן‟

Pillar of Defense: One Year After

בנימין נתניהו (רעכטס), אהוד ברק און אַבֿיגדור ליבערמאַן (לינקס) דעם 21סטן נאָוועמבער, 2012, נאָכן שטילשטאַנד מיט „כאַמאַס‟
Lior Mizrahi/Getty Images
בנימין נתניהו (רעכטס), אהוד ברק און אַבֿיגדור ליבערמאַן (לינקס) דעם 21סטן נאָוועמבער, 2012, נאָכן שטילשטאַנד מיט „כאַמאַס‟

פֿון דזש. דזש. גאָלדבערג (Forward)

Published November 20, 2013, issue of December 06, 2013.

דעם 14טן נאָוועמבער, מיט אַ יאָר צוריק, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי אָנגעהויבן דעם 8־טאָגיקן אַטאַק אויף עזה — די אָפּעראַציע „עמוד ענן‟. דער צוועק פֿון דער אַקציע, ווי מע האָט דערקלערט, איז געווען אָפּצושטעלן די פּאַלעסטינער ראַקעט־אַטאַקן אויף די ישׂראלדיקע שטעט.

מיט אַ וואָך צוריק, דעם 12טן נאָוועמבער, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, באַזוכט דעם הויפּט־שטאַב פֿונעם צה״ל־אָפּטייל, וועלכער האָט דורכגעפֿירט דעם עזה־אַטאַק, און אויפֿגעטראָטן דאָרטן מיט אַ רעדע, לויט וועלכער די אָפּעראַציע האָט „אָפּגעשטעלט די ראַקעט־אַטאַקן אויף 98 פּראָצענט‟. ווי מע האָט איבערגעגעבן אין די נײַעס, האָט די מיליטערישע אַקציע, לויט נתניהו, „בלי־שום־ספֿק געביטן דעם מצבֿ‟. „כאַמאַס‟ און אַנדערע איסלאַמיסטישע גרופּעס אינעם עזה־סעקטאָר האָבן לאַנג פּראָוואָצירט ישׂראל אינעם יאָר 2012. במשך פֿון מער ווי 10 חדשים, פֿון אָנהייב יאַנואַר ביזן 13טן נאָוועמבער, האָבן זיי באַשאָסן ישׂראל מיט 1,035 ראַקעטן. דאָס ישׂראלדיקע מיליטער האָט אויף דעם געענטפֿערט מיט אַ שווערער באָמבאַרדירונג פֿון בערך 1,500 ערטער — פֿון אַמוניציע־סקלאַדן ביז רעגירונג־אַנשטאַלטן און באַוווינטע בנינים. 175 פּאַלעסטינער זענען דערהרגעט געוואָרן, אַרײַנגערעכנט 57 ציווילע לײַט, לויט דער ישׂראלדיקער סטאַטיסטיק, אָדער 102 — לויט די פּאַלעסטינער קוואַלן. 4 ציווילע ישׂראלים זענען אומגעקומען בעת די ראַקעט־אַטאַקן; נאָך צוויי — בעת דער אָפּעראַציע.

למעשׂה, האָבן די ראַקעט־אַטאַקן זיך טאַקע כּמעט אינגאַנצן אָפּגעשטעלט. נאָך דער אָפּעראַציע און ביז הײַנט, איז ישׂראל אַטאַקירט געוואָרן מיט בלויז 35 ראַקעטן. אַדרבה, „כאַמאַס‟ אַליין האָט דורכגעפֿירט אַ פּאָליציי־אָבלאַווע אויף די, וואָס האָבן געוואָלט ממשיך זײַן די שיסערײַ. דאָס לעבן אינעם דרומדיקן ראַיאָן פֿון ישׂראל איז געוואָרן, מער ווייניקער, נאָרמאַל.

אויפֿן ערשטן בליק, האָט ישׂראל דערגרייכט דעם דאָזיקן רעזולטאַט מיט אַ גאַנץ פּשוטן כּוח־מעטאָד: באַשטראָפֿנדיק עזה גענוג האַרב, די דאָרטיקע מיליטאַנטן זאָלן וויסן דעם פּרײַז פֿאַרן אַטאַקירן ישׂראל. אין דער אמתן, איז די מעשׂה אָבער מער קאָמפּליצירט. ווען די עגיפּטישע רעגירונג האָט געהאָלפֿן צו שליסן דעם שטילשטאַנד־אָפּמאַך און פֿאַרענדיקט די אָפּעראַציע „עמוד ענן‟, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג מסכּים געווען אָפּצושוואַכן די עקאָנאָמישע בלאָקאַדע פֿון עזה. די „כאַמאַס‟־אינסטאַנצן האָבן אויך פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז וויכטיק צו פֿאָלגן די תּנאָים פֿונעם אָפּמאַך.

אין פֿאַרגלײַך מיט דער דורכגעפֿאַלענער עזה־מלחמה פֿון 2008—2009, וועלכע האָט אַרויסגערופֿן אין דער וועלט אַ כוואַליע פֿון שאַרף נעגאַטיווער באַציִונג לגבי ישׂראל, האָבן דאָס שטילע יאָר נאָך דער אָפּעראַציע „עמוד ענן‟ געוויזן, אַז אַפֿילו ביטערע שׂוניאם קאָנען מיטעקזיסטירן רעלאַטיוו רויִק בשכנות.