טובֿה קינדערלערער האָט זיבן יאָר געלעבט מיט איר יונגער משפּחה אין פּיטסבורג. זי האָט אָבער לאַנג געפֿילט, אַז איר באַשערט אָרט איז ערגעץ אַנדערש. איר זון האָט זיך נישט גוט געלערנט אין דער שול, איר מאַן האָט פֿאַרלוירן די שטעלע אין אַ בוי־פֿירמע, און זי אַליין האָט זיך געפֿילט איזאָלירט, האָפֿנדיק צו אַנטלויפֿן פֿונעם שטאָטישן לעבן.
אינעם יאָר 2011, האָבן טובֿה און מיכה קינדערלערער געקויפֿט אַ שטח פֿון 38 אַקער אין קאָנעטוויל, שטאַט פּענסילוועניע, און האָבן זיך דאָרטן באַזעצט מיט זייערע דרײַ קינדער. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט אָנגערופֿן זייער פֿערמע „פֿאַרם שמאַרם‟. אויף דעם איצטיקן טאָג, האָבן זיי דאָרטן 16 הינער, 4 הענער און 5 אינדיקעס. מיט דער צײַט, האָפֿן זיי צו עפֿענען אַ כּשר פֿלייש־געשעפֿט.
די משפּחה קינדערלערער זענען פֿרומע ייִדן, דערפֿאַר האָפֿן זיי אויך אַרײַנצוברענגען אין דער געגנט כאָטש נאָך אַ צענדליק אַנדערע פֿאַראינטערעסירטע ייִדישע משפּחות, און שאַפֿן אַ גאַנצע קהילה פֿון פֿאַרמער. אין איר אינטערוויו דער ייִט״אַ, האָט טובֿה געטענהט, אַז, בײַם אָנהייב, האָט זי געטראַכט, אַז פֿאַר אַ פֿרומען ייִד איז אוממעגלעך צו וווינען אין אַזאַ דאָרף. די משפּחה האָט אָבער געפֿילט, אַז זי האָט נישט קיין אַנדער ברירה — אַזוי שטאַרק האָבן זיי געוואָלט אַנטלויפֿן פֿון דער גרויסער שטאָט.
סטייסי אָשקעלאָ וווינט מיט איר מאַן, קרייג, אין אַ עקאָלאָגישן ייִשובֿ, וואָס געפֿינט זיך אין אַקוואָרט, שטאַט ניו־העמפּשיר, וווּ זיי האָפֿן צו שאַפֿן אַ ייִדישע קהילה. סטיוו וועלצער און דעליין ליפּקאַ האָבן שוין געפֿונען 5 יונגע ייִדישע משפּחות, מיט וועלכע זיי פּרוּוון צו שאַפֿן אַ קאָמונאַלע עקאָ־קהילה אויף אַ 180־אַקערדיקן שטח אין ניו־דזשערזי. „ייִדן פֿלעגן מתפּלל זײַן פֿאַרן רעגן — און איצט קויפֿן זיי דאָס עסן אין אַ סופּערמאַרקעט‟, האָט קריטיקירט טובֿה קינדערלערער דעם אורבאַניזירט לעבנס־שטייגער פֿון ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן.
פֿאַרשיידענע ספּעציעלע קהילות זענען נישט קיין נאָווינע. איין באַקאַנטער בײַשפּיל זענען די ישׂראלדיקע קיבוצים. אין אַמעריקע זענען אויך פֿאַראַן כּלערליי קאָמונעס, עקאָלאָגישע ייִשובֿים און וווין־קאָאָפּעראַטיוון, וווּ די תּושבֿים לעבן אויף אַ קאָמונאַלן אופֿן — למשל, גרייטנדיק צוזאַמען דאָס עסן און דערציִענדיק בשותּפֿות די קינדער. לעצטנס, זענען אין אַמעריקע אויפֿגעקומען אַ צאָל ייִדישע קאָמונאַלע פּראָיעקטן. די חבֿרה „עבֿודה‟, וואָס קעמפֿט קעגן אָרעמשאַפֿט, האָט שוין געשאַפֿן וווין־קאָמונעס אין פֿיר שטעט. די גרופּע „אַדמה‟ אין קאָנעטיקעט פֿאַרנעמט זיך מיט קאָלעקטיווער ווירטשאַפֿט. אַזעלכע אונטערנעמונגען דינען אָבער בלויז ווי צײַטווײַליקע ערטער פֿאַר יונגע מענטשן. פֿאַר אַ גאַנצער משפּחה איז שווער דאָרטן צו לעבן.
דזשאַקיר מאַנעלאַ, דער אויספֿיר־דיקערטאָר פֿונעם „פּערלסטאָון־צענטער‟, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז אַ סך ייִדישע משפּחות, יונגע און מיטל־יאָריקע, ווילן זיך באַזעצן אין אַ לאַנדווירטשאַפֿטלעכער קהילה. בשותּפֿות מיט דער סבֿיבֿה־אָרגאַניזאַציע „חזון‟ און דעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון איזאַבעלאַ פֿרידמאַן‟, אָרגאַניזירט „פּערלסטאָון‟ יערלעכע קאָנפֿערענצן פֿאַר פֿאַראינטערעסירטע אין אַזעלכע פּראָיעקטן. די לעצטע קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען די פֿאָריקע וואָך אין באָלטימאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.