טראַגישע געשעענישן לאָזן איבער אַ שטאַרקן רושם — בפֿרט אויף יונגע קינדער. ווען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דזשאָן פֿיצדזשעראָלד קענעדי איז דערמאָרדעט געוואָרן, בין איך געווען אַ תּלמיד אינעם אַכטן קלאַס פֿון דער „הערברעיִשער עקיבֿא־אַקאַדעמיע‟ אין מעריאָן, שטאַט פּענסילוועניע. מיט אַ טאָג פֿריִער, האָבן מיר געשמועסט אין אונדזער נײַעס־קלוב וועגן דעם שאַרפֿן סיכסוך צווישן קענעדי און דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער, דוד בן־גוריון, אין שײַכות מיטן ישׂראלדיקן נוקלעאַרן וואָפֿן.
מיט 6 וואָכן פֿריִער, האָט די גאַנצע וועלט, אונטער קענעדיס דרוק, אונטערגעשריבן דעם פֿאַרווער פֿון נוקלעאַרע אויספּרוּוון. קענעדי האָט נישט געוואָלט דערלויבן ישׂראל — און וועלכע־ניט־איז אַנדערע לענדער — צו פּראָדוצירן אַטאָם־באָמבעס. נישט לאַנג פֿאַר זײַן טויט, האָט בן־גוריון רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט. דעם 22סטן נאָוועמבער, אינעם יאָר 1963, האָבן מיר דערהערט די טראַגישע בשׂורה, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט איז דערשאָסן געוואָרן אויף טויט.
ס׳איז געשען אין אַ פֿרײַטיק. איך בין אַרויס פֿון דער שול, זיך קלײַבנדיק צו כאַפּן אַן אויטאָבוס. אַ קינד פֿונעם זיבעטן קלאַס האָט פּלוצעם אויסגעשריגן די נײַעס וועגן קענעדיס מאָרד אין דאַלאַס. מײַן ערשטע מחשבֿה איז דעמאָלט געווען: „נעבעך, אַזאַ יונגער מענטש!‟. פֿאָרנדיק אינעם אויטאָבוס אַהיים, האָב איך גיך פֿאַרשריבן מײַנע געדאַנקען. אַלע פּאַסאַזשירן זענען געווען צערודערט. די רעדאַקטאָרין פֿון אונדזער שול־צײַטונג, איז אויך געפֿאָרן מיט אונדז.
איך האָב זי געפֿרעגט, צי איך קען אָנשרײַבן פֿאַר דער שול־צײַטונג אַן אַרטיקל וועגן דעם פּרעזידענטס לוויה. מײַן טאַטע האָט דעמאָלט געאַרבעט אין וואַשינגטאָן און איך האָב געקאָנט מיטפֿאָרן מיט אים אַהין. „יאָ, אַוודאי‟, האָט זי מיר געזאָגט.
מאָנטיק, זענען מיר געפֿאָרן מיט אַ באַן קיין וואַשינגטאָן. בײַ דער לוויה, האָבן מיר דערזען אויף די טרעפּ פֿונעם „ווײַסן הויז‟ די מלוכישע פֿירער פֿון דער גאַנצער וועלט, אַרײַנגערעכנט שאַרל דע גאָל פֿון פֿראַנקרײַך און גאָלדע מאיר פֿון ישׂראל. ווען קענעדיס אָרון איז פֿאַרבײַ, האָט דער פּאָליציאַנט, וועלכער איז געשטאַנען פֿאַר אונדז, זיך צעוויינט; דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל, ווען איך האָב געזען אַ דערוואַקסענער מאַן — שוין אָפּגערעדט, אַ פּאָליציאַנט — וויינען אויף אַ קול.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.