לעצטנס איז אַרויס אַ נײַ בוך אויף ענגליש פֿון דער ראַבינערין לין גאָטליב — „וועגווײַזער צו דער תּורה פֿון אומגעוואַלד‟ (Trail Guide to the Torah of Nonviolence). אין דעם בוך דערקלערט גאָטליב וואָס עס הייסט סײַ אין טאָעריע, סײַ בפּועל-ממש, אַ פֿרידלעכער קאַמף פֿאַר ציוויליע רעכט. אין גאַנג פֿון אַ לאַנגען שמועס, וואָס איך האָב געפֿירט מיט דער מחברטע, האָט זי מיר דערציילט וועגן דעם הינטערגרונט פֿונעם שרײַבן דאָס בוך, וועגן איר לעבן און משפּחה-אָפּשטאַם, און וועגן כּלי-זמר מוזיק, דער ייִדישער שפּראַך און איר באַקאַנטשאַפֿט מיט דעם געשטאָרבענעם זינגענדיקן רבֿ שלמה קאַרלעבאַך.
גאָטליב איז אויפֿגעוואָקסן אין די 1950ער יאָרן, בײַ אַ רעפֿאָרם-ייִדישער משפּחה פֿון יעקישן אָפּשטאַם — שוין דער זעקסטער דור אין אַמעריקע. אין יענע צײַטן, דערציילט זי, פֿלעגט די רעפֿאָרם-באַוועגונג לייגן דעם טראָפּ אויפֿן קאַמף קעגן דער לעגאַלער סעגרעגאַציע צווישן ווײַסע און שוואַרצע און לטובֿת אוניווערסאַלע ציווילע רעכט. די ראַבינער אין יענע יאָרן האָבן זיך באַצויגן צו דעם דאָזיקן קאַמף זייער ערנסט. אַ פּאָר פֿון זיי, ווי ראַבינער מײַקעל ראָבינסאָן, זענען אַפֿילו גרייט געווען אַרײַנצוגיין אין תּפֿיסה, אַבי צו פּראָטעסטירן קעגן אָט דער אומגערעכטיקייט. גאָטליב גלייבט אַז אָט דער דאָזיקער נסיון, צוזאַמען מיטן מוסר-השׂכּל פֿונעם ייִדישן חורבן אין אייראָפּע, באַטײַט אַז מיר אַלע זאָלן קעמפֿן צו פֿאַרזיכערן די מענטשן-רעכט פֿון אַלעמען אויף אַן אוניווערסאַלן יסוד. און נאָך מער, אַז די דאָזיקע אָנלערנונג איז חל הײַנט צו טאָג אויף דעם מצבֿ צווישן ישׂראלים און פּאַלעסטינער — מיט אַנדערע ווערטער, דורכפֿירן, אָן פּשרות, אַ פֿרידלעכן קאַמף קעגן דער ישׂראלדיקער מיליטערישער באַזעצונג פֿון די פּאַלעסטינער.
גאָטליב, איינע פֿון די צען ערשטע פֿרויען צו קריגן סמיכה אין אַמעריקע, וועלכע האָט מיט דער צייט באַקומען דעם צונאָמען „די ראַדיקאַלע ראַבינערטע‟, איז שוין גאָר לאַנגע יאָרן אַקטיוו אין דעם ישׂראל-פּאַלעסטינער סיכסוך. אין 1966 האָט זי פֿאַרבראַכט אַ זומער אין ישׂראל, און שוין דעמאָלט געבעטן בײַם פֿאָרזיצער פֿון דער „לעאָ-בעק אינסטעטוט‟ אין חיפֿה, אויב ער קען איר העלפֿן זיך טרעפֿן און רעדן מיט פּאַלעסטינער. „דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין לעבן, וואָס איך האָב געהערט דעם באַגריף ‘נאַקבאַ’,‟ דערציילט זי מיר. נאָך צענדליקער יאָרן פֿון שלום-טעטיקייט, האָט זי אויסגעפֿירט, אַז קיין טריט-פֿאָרויס וועט נישט אַרויסקומען פֿון פֿרוכטלאָזע שלום-פֿאַרהאַנדלונגען, און אַז צופֿיל מענטשן מאַכן גוטע רווחים פֿון דער באַזעצונג, אויפֿן חשבון פֿון די פּאַלעסטינער. אָט די מסקנא האָט זי איבערצײַגט צו שטיצן אַקטיוו די באַוועגונג צו בויקאָטירן ישׂראל (BDS בלע”ז). אָבער לויט איר, איז אַ חרם בלויז איין אופֿן פֿון אַ פֿרידלעכן קאַמף, און זי באַטאָנט אויך ווי וויכטיק עס איז בילדונג: ווי איבערצוגעבן מענטשן די סיבות פֿון דעם קאַמף.
זי שעפּט איר אינספּיראַציע אי פֿון גאַנדי, איי פֿון מאַרטין לוטער-קינג, אי פֿון די ייִדישע מקורים, און זי רופֿט זיך אָן אַ „שׁומר-שלום‟. פֿון די ספֿרים ציטירט זי דעם פּסוק „וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ‟ (דו זאָלסט ליב האָבן דײַן חבֿר ווי זיך אַליין), וואָס רבי עקיבֿא האָט כּידוע געהאַלטן ווי אַ כּלל גדול בתּורה, אַ יסודותדיקער כּלל פֿון דער תּורה. און דער באַגריף „שׁמירת-שלום‟ (אָפּהיטן דעם שלום) טײַטשט זי אויס אַזוי: „מיר זענען אַלע איין משפּחה, מיר מוזן זיך באַציִען איינער צום אַנדערן מיט כּבֿוד און דרך-ארץ… מיר זענען אַלע באַשאַפֿן געוואָרן בצלמו ובֿדמותו. ס’איז כּלל-וכּלל נישט קאָמפּליצירט, דאָך מיר מאַכן עס קאָמפּליצירט… מיר קענען זען מיט אונדזערע אייגענע אויגן די ווירקונג פֿון גוואַלד אויף אונדזערע ברידער און שוועסטער. מיר איז דער טײַטש זייער קלאָר: די לייזונג וועט נישט קומען דורך מיליטערישן כּוח אָדער באַניצן געווער.‟
ביז 2005 האָט זי געדינט ווי אַ ראַבינערטע אין דער קליינער ייִדישער קהילה פֿון אַלבעקאָרקי, ניו-מעקסיקע, וווּ מע פֿלעגט יעדן שבת טאַנצן צו כּלי-זמר מוזיק און צו ספֿרדישע ניגונים. זי פֿלעגט זינגען אין אַ ייִדישן כאָר, און איר באַליבטסט ליד איז געווען „דריי זיך, דריידעלע‟ פֿון חנה מלאָטעקן ז”ל. זי דערציילט אויך ווי אַ פּאָר עלטערע מיטגלידער פֿון דער קהילה פֿלעגן רעדן צו איר אויף ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס גאָטליב רעדט נישט די שפּראַך. אָבער די עלטערע ייִדן אין ניו־מעקסיקע האָט זיך אַזוי פֿאַרבענקט נאָך אַ ייִדיש וואָרט, אַז זיי רעדן מיט איר סײַ־ווי ייִדיש. (מסתּמא האָט זיי זיך אויסגעדאַכט, אַז אַ ראַבינערטע דאַף קענען מאַמע-לשון.)
הײַנט וווינט גאָטליב אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, און זי ווידמעט איר צײַט צו שלום-טעטיקייטן אין אַמעריקע און איבער דער וועלט (אַרײַנגערעכנט טרעפֿונגען מיטן דאַלי-לאַמאַ און מיט איראַנישע רעליגיעזע פֿירער, און רירנדיקע טרעפֿונגען מיט ייִדישע קהילות אין איראַן). מיר האַלטן דעם אינטערוויו בעת די פֿרי-מאָרגן שעהען אין דעם אַמעריקאַנער מערבֿ-ברעג. זי זיצט אין דרויסן, טראָגנדיק אַ ראָזעווען שוויצהעמד מיט אַ קאַפּישאָן און בטבֿע — שמייכלט זי. אָבער איר פּנים קען מיט אַ מאָל ווערן ערנסט, ווען עס קומט צו רעדן וועגן געזעלשאַפֿטלעכע עוולות. ווען איך פּראָביר, למשל, אַריבערצוגיין אויף אַ לײַכטערער שמועס-טעמע — וועגן איר באַקאַנטשאַפֿט מיט שלמה קאַרלעבאַך — דערמאָנט זי מיר די פּראָבלעמאַטישע אַספּעקטן פֿון יענעם גײַסטיקן פֿירער, יענע אַספּעקטן וואָס מע קאָן נישט זען אויף דער בראָדוויי-בינע. מע זאָגט, אַז קאַרלעבאַך פֿלעגט פֿאַרגוואַלדיקן פֿרויען, אַ סקאַנדאַל וואָס גאָטליב איז געווען טיף פֿאַרמישט דערינען. אָבער „די געשיכטעס פֿון די געליטענע — זאָגט זי מיט ביטערקייט — בלײַבן אָפֿט אומבאַקאַנט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.