מיטוואָך, דעם 20סטן נאָוועמבער, איז דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו אַוועקגעפֿלויגן קיין רוסלאַנד, כּדי זיך צו טרעפֿן מיטן רוסלענדישן פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, און צו באַטראַכטן די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם. אין דער זעלבער צײַט, האָט זיך אין זשענעווע אָנגעהויבן די דריטע רונדע פֿון פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די פֿאָרשטייער פֿון איראַן, רוסלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, כינע, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און דײַטשלאַנד. די באַטייליקטע האָפֿן אָפּצושוואַכן די עקאָנאָמישע סאַנקציעס קעגן איראַן, אויב די איראַנישער רעגירונג וועט מסכּים זײַן צו בײַטן געוויסע קאָנטראָווערסאַלע אַספּעקטן פֿון דער אַטאָם־פּראָגראַם.
נתניהו האָט אָבער געטענהט, אַז אויב די וועלט־כּוחות וועלן שליסן דעם אָפּמאַך, וועט איראַן קאָנען, לויט זײַן מיינונג, נאָך אַלץ שאַפֿן דאָס נוקלעאַרע וואָפֿן. ישׂראל, דאָס איינציקע לאַנד אינעם מיטל־מירזח מיט אַן אַטאָם־אַרסענאַל, באַטראַכט אַזאַ מעגלעכקייט ווי אַ גרויסע סכּנה. אין זײַן שמועס מיט פּוטינען, האָט נתניהו געוואָרנט, אַז דאָס ישׂראלדיקע מיליטער פֿאַרמאָגט די מיטלען צו אַטאַקירן איראַן, נישט געקוקט אויף דער ווײַטער דיסטאַנץ.
זאבֿ עלקין, דער ישׂראלדיקער וויצע־מיניסטער פֿון אויסערן־ענינים, וועלכער האָט באַגלייט דעם פּרעמיער אין דער נסיעה קיין מאָסקווע, האָט דערקלערט, אַז ישׂראל האָפֿט אָנצודריקן אויף רוסלאַנד, הגם ס׳איז קלאָר, אַז די רוסלענדישער רעגירונג וועט נישט מסכּים זײַן מיט די פּאָזיציעס פֿון ישׂראל. רוסלאַנד האָט אויסגעבויט דעם ערשטן איראַנישן נוקלעאַרן רעאַקטאָר און בלײַבט אין בעסערע באַציִונגען מיט איראַן, ווי די מערבֿדיקע לענדער.
סערגיי לאַווראָוו, דער רוסלענדישער אויסערן־מיניסטער, האָט געזאָגט, אַז זײַן רעגירונג האָפֿט צו דערגרייכן אַן אָפּמאַך בעת די הײַנטיקע פֿאַרהאַנדלונגען אין זשענעווע. הגם ער האָט נישט דערמאָנט נתניהו בפֿירוש, האָט ער באַמערקט, אַז די ישׂראלדיקע זאָרגן זענען „ווײַט פֿון דער ווירקלעכקייט‟. לאַווראָוו האָט צוגעגעבן, אַז איראַן וועט, האָפֿנטלעך, מסכּים זײַן צו פּראָדוצירן בלויז דעם שוואַך־באַרײַכערטן אוראַניום, וועלכער טויג נישט פֿאַר מיליטערישע צוועקן.
נתניהוס וויזיט קיין מאָסקווע האָט אַרויסגערופֿן ווייניק אָפּטימיזם אין ישׂראל. די ישׂראלדיקע יוסטיץ־מיניסטאָרין, ציפּי לבֿני, האָט באַמערקט, אַז זי דערוואַרט נישט אויף קיין ערנסטע רעזולטאַטן דערפֿון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.