דער באַקאַנטער רעזשיסאָר דאַרען אַראָנאָפֿסקי האָט אַרויסגעלאָזט דעם ערשטן „טריילער‟ פֿונעם פֿילם „נח‟. צום ערשטן מאָל וועט די באַרימטע תּנ״כישע מעשׂה געוויזן ווערן אינעם עפּישן סטיל פֿון „האָליוווּד‟. די נײַגעריקע צוקוקער האָבן שוין לאַנג געוואַרט אויף די ערשטע קאַדערס פֿון אַראָנאָפֿסקיס נײַער שאַפֿונג.
די אָפֿיציעלע באַשרײַבונג פֿונעם פֿילם שטימט, אויפֿן ערשטן בליק, מיטן חומש „בראשית‟. „נאָך די וויזיעס פֿונעם אַפּאָקאַליפּטישן מבול איז נח, דער איינציקער צדיק אין דער וועלט, אויסדערוויילט געוואָרן אויסצופֿירן די געטלעכע מיסיע — אויפֿצושטעלן די ריזיקע תּיבֿה און צו ראַטעווען זײַן משפּחה, צוזאַמען מיט אַלע באַשעפֿענישן, איידער די וואַסערן פֿונעם קאַטאַסטראָפֿישן רעגן וועלן ברענגען אַ סוף צו דער וועלט‟.
די ראָלע פֿון נח וועט שפּילן דער „אָסקאַר‟־געווינער ראָסעל קראָוּוו. נחס פֿרוי, נעמה, איז די „אָסקאַר‟־געווינערין דזשעניפֿער קאָנעלי. צווישן אַנדערע באַרימטע אַקטיאָרן, באַטייליקן זיך אינעם פֿילם ענטאָני האָפּקינס און עמאַ וואָטסאָן, וועלכע האָט געשפּילט אין די פֿילמען וועגן האַרי פּאָטער.
אינעם „טריילער‟ זעט מען חיות מכּל־המינים לויפֿן צו דער גיגאַנטישער תּיבֿה, אַנטלויפֿנדיק פֿון די מבול־כוואַליעס. נח דערקלערט, אַז אַ דאַנק זײַן שיף וועט די מענטשהייט איבערלעבן די קאַטאַסטראָפֿע. הגם דאָס קלינגט גאַנץ „תּנ״כיש‟, קאָן זיך אָבער אַ פֿילם אויף אַ ביבלישער טעמע נישט באַגיין אָן קאָנטראָווערסיעס. נישט ווייניק ייִדישע, קריסטלעכע און סתּם וועלטלעכע צוקוקער, וועלכע האָבן שוין געזען די פֿאָרלויפֿיקע פּרעמיערעס פֿונעם פֿילם, האָבן זיך אָפּגערופֿן נעגאַטיוו.
די סיבות זענען אומקלאָר. דער „האָליוווּד־רעפּאָרטער‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אייניקע מענטשן האָבן קריטיקירט דעם רעזשיסאָר פֿאַר דעם, וואָס ער האָט פֿאַרוואַנדלט דעם אוראַלטן פּערסאָנאַזש אין אַ מין מאָדערנעם סבֿיבֿה־אַקטיוויסט. די שאַפֿער פֿונעם פֿילם האָבן באַטראַכט, ווי אַזוי נישט אָפּצושטויסן דעם קריסטלעכן עולם. צוליב די סתּירותדיקע אָפּרופֿן, האָט אַראָנאָפֿסקי באַשלאָסן צו בײַטן אַ טייל פֿון די סצענעס. וועלכע טענדענץ וועט טאַקע, צום סוף, געווינען: די פּראָ־קריסטלעכע צי די סבֿיבֿה־אַקטיוויסטישע?
אַזוי צי אַזוי, וועט „נח‟, לויטן פּלאַן, אַרויס אויף די עקראַנען פֿון קינאָ־טעאַטערס דעם 28סטן מאַרץ, 2014.
(אויפֿן סמך פֿון בילי האַלאָוועל, „TheBlaze‟)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.