לויט מײַן אַקאַדעמישער אויסשולונג בין איך אַן איבערזעצער. איך האָב דרײַ יאָר שטודירט די איבערזעצונג פֿון שפּאַניש און די איבערזעצונג־טעאָריע. איך האָב אויך שטודירט „דאָלמעטשערײַ‟, דאָס הייסט די פֿאַך פֿון איבערטײַטשן בעל־פּה וואָס איינער זאָגט אויף איין שפּראַך פֿאַר אַ צווייטן - אויף אַן אַנדער שפּראַך. צוליב דעם, וואָס איך בין שוין לאַנג פֿאַרכאַפּט מיט מעדיצין האָב איך געטראַכט, אַז איך זאָל ווערן אַ דאָלמעטשער אין געביט פֿון מעדיצין.
די מעדיצינישע דאָלמעטשערײַ איז, טעכניש געזאָגט, נישט די שווערסטע פֿון די אַנדערע דאָלמעטשערײַ־קאַריעריעס, אָבער ס׳איז פֿאָרט די וויכטיקסטע און די געפֿערלעכסטע. אַ קליינער טעות אין פּשט אין אַ שפּיטאָל, בפֿרט ווען מע רעדט פֿון אַ טראַוומע־פּאַציענט, קען פֿיל שעדיקן און אַפֿילו אומברענגען אַ מענטש. אויף שפּאַניש, למשל, איז דאָ אַ וואָרט „intoxicado‟, וואָס קען מיינען „צו ווערן פֿאַרסמט‟, אָדער אין געוויסע דיאַלעקטן מיינט עס „צו האָבן מיגל‟; עס האָט אָבער אַן אידענטישן קאָגנאַט אויף ענגליש „intoxicated‟, וואָס מיינט געוויינטלעך, „צו זײַן שיכּור‟, און אַפֿילו גוטע דאָלמעטשערס קענען אין די ווערטער גרינג פֿאַרפּלאָנטערן מיט גוואַלדיקע קאָנסעקווענצן. איז, אויף אַזעלכע פּראָבלעמען, פֿון דאָלמעטשערײַ האָב איך זיך אַ סך געלערנט, געקלערט און פּראַקטיצירט.
איך קען אויך נישט שלעכט דעם הײַנטצײַטיקן חסידיש־ייִדיש, אַ זאַך וואָס איז אַ זעלטנהייט בײַ די ייִדישיסטן און ייִדיש־פֿאָרשער, וואָס זענען ניט אויפֿגעוואַקסן אין דער חסידישער סבֿיבֿה. צווישן מײַן פֿאָרמעלער טרענירונג ווי אַן איבערזעצער און דאָלמעטשער, און מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיטן חסידישן ייִדיש וואָלט מען געמיינט, אַז איך בין אַ פּאַסיקער מענטש איבערצוזעצן אַ קליינעם אַנאָנס פֿון אַ חסידישער צײַטונג. אָבער כּדי צו פֿאַרשטיין אַ שפּראַך, מוז מען אויך פֿאַרשטיין די קולטור פֿון די וואָס רעדן זי. קען איך זיך אַ מאָל פֿאַרפּלאָנטערן.
ניט געקוקט אויף דעם וואָס איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ וועלטלעכער היים און איך בין אַליין נישט פֿרום, האָב איך זיך פֿיל אויסגעלערנט וועגן דער ייִדישער רעליגיע בכלל און וועגן דער ייִדישקייט פֿון חסידישע ייִדן בפֿרט. איך ווייס, למשל, ווי אַזוי מענער און פֿרויען באַציִען זיך (נישט) איינער צום צווייטן אויף דער גאַס. איך קען, בדרך־כּלל, פֿרײַטיק צו נאַכט דערקענען, צו וועלכער חסידות געהערט אַ געוויסער חסיד לויט זײַנע מלובשים. איך ווייס, פֿאַרשטייט זיך, די געשיכטעס פֿון די פֿאַרשידענע הויפֿן און וועגן די מחלוקתן צווישן די צוויי סאַטמאַרער רביס. בקיצור, אין פֿאַרגלײַך מיטן רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, בין איך אַ מין „מומחה‟ פֿון חסידים. און פֿאַרשטייט זיך, אַז איך רעד אויך זייער „געהיימע‟ שפּראַך, עפּעס וואָס האָט בײַ זיי אַרויסגערופֿן אַ ריזיקן חידוש. שטעלט זיך פֿאָר, ווי מע איז שאָקירט, אַז מע דערזעט אַ יונג „ערל‟, וואָס וויל קויפֿן אַ שטיקל באַבקע און פֿרעגט אויף מאַמע־לשון מיט אַ האַלב־אַמעריקאַנער, האַלב־סאַטמאַרער אַקצענט צי די בעקערײַ נעמט אָן קרעדיט־קאַרטלעך?
איז, קיין עם־האָרץ בין איך ניט. אָבער דאָך, אַ מאָל מאַך איך געוואַלדיקע טעותים און זיי דינען מיר ווי אַ דערמאָנונג, אַז ניט געקוקט אויף מײַן וויסן, וועלן שטענדיק בלײַבן זאַכן, וואָס איך פֿאַרשטיי ניט. צומאָל וועל איך אַפֿילו נישט וויסן, אַז איך האָב עפּעס נישט פֿאַרשטאַנען, ביז עמעצער פֿאַרריכט נישט מײַן טעות. איך וועל איצט דערמאָנען פּינקטלעך אַזאַ פֿאַל, וואָס איז די וואָך פֿאָרגעקומען.
אַ פּאָר פֿון מײַנע „פֿייסבוק‟־חבֿרים האָבן אַרויפֿגעשטעלט אַ בילד פֿון אַן אַנאָנס אין אַ חסידישער צײַטונג, אין וועלכן עס שטײט געשריבן אַזוי: „Night Companion: זוכט איר אַ יונגע פֿרוי צו פֿאַרברענגען און שלאָפֿן מיט אײַך יעדע נאַכט? לאָזט אַ מעסעדש.‟
בײַם ערשטן בליק איז דער באַטײַט מיר קלאָר געווען, אַז עס האַנדלט זיך וועגן פּראָסטיטוציע. אויף ענגליש איז אַ „Night Companion‟ („נאַכט־באַגלייטערין‟) דאָך אַן אייפֿעמיזם פֿאַר אַ זונה און לויט מײַן (אפֿשר אַמעריקאַניזירטן) פֿאַרשטאַנד פֿון ייִדיש, אַז מע רעדט ניט פֿון קליינע קינדער וואָס טיילן זיך מיט איין צימער, מיינט „שלאָפֿן מיט עמעצן‟ סעקסועלע באַציִונגען.
(ס׳איז כּדאי צו באַמערקן, אַז אויפֿן הײַנטצײַטיקן ענגליש האָט דער דאָזיקער אויסדרוק ניט קיין אַנדער באַטײַט, עפּעס וואָס קען שאַפֿן אַן עקלדיקע מיספֿאַרשטייעניש בײַ ייִדיש־רעדנדיקע, וואָס קענען ניט קיין פֿליסיקן ענגליש). דאָס וואָרט „פֿאַרברענגען‟ האָט אויך געשטימט מיט מײַן פּירוש. אויף ענגליש איז דאָס וואָרט „Party‟ אין אַזעלכע אַנאָנסן אַ מין קאָד־וואָרט פֿאַר די אומלעגאַלע באַציִונגען צווישן אַ פּראָסטיטוטקע און איר קליענט. און מיטן ייִדישן טײַטש פֿון „הוליען‟ פֿאַר „פֿאַרברענגען‟ וואָלט עס אויך געקענט זיך לייגן אויפֿן שׂכל. און פֿאַרשטייט זיך, אַז מע רעדט דאָך פֿון אַ יונגער פֿרוי און ס׳שטייט אין ערגעץ ניט, וואָס אייגענטלעך דאַרף זי טאָן בײַ אירע קליענטן, אחוץ שלאָפֿן, און פֿאַרברענגען מיט זיי; זעט עס אויס קלאָר, אַז עמעצער האָט באַשטעלט אַ רעקלאַמע פֿאַר אַ פּראָסטיטוטקע. אַ פּאָר פֿון מײַנע „פֿייסבוק‟־חבֿרים וואָס קענען ייִדיש, האָבן אויך זיך געהאַלטן בײַ אַזאַ מיינונג.
פֿאַרשטייט זיך, ס׳איז מיר אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן אַז ס׳געפֿינט זיך ערגעץ אין באָראָ פּאַרק צי וויליאַמסבורג אַ חסידישע פּראָסטיטוטקע, וואָס זוכט קליענטן דורך אַן אָרטיקער פֿרומער ייִדישער צײַטונג. דאָס איז פּשוט אוממעגלעך, ווײַל אַפֿילו אַז ס׳וואָלט עקזיסטירט אַזאַ פֿרוי (און איך האָב, חלילה, ניט קיין סיבה צו מיינען, אַז זי זאָל בכלל עקזיסטירן), וואָלט זי קיינמאָל נישט באַשטעלט אַ רעקלאַמע אין קיין חסידישער צײַטונג. די „וועד־הצניעות‟ וואָלט פֿון אַזאַ פֿרוי גאָר גיך געמאַכט געהאַקטע לעבער.
מיר איז אײַנגעפֿאַלן, אַז אַ פּאָר בייזע קונדסים, מענטשן מיט אַ בייזן ווילן קעגן דער צײַטונג, האָבן באַשטעלט דעם אַנאָנס ווי אַ פּאַסקודנע שמד־שטיק, כּדי צו מאַכן צרות די רעדאַקטאָרן, וועלכע האָבן דעם אַנאָנס על־פּי־טעות אָפּגעדרוקט. אָבער ס׳טרעפֿט זיך, אַז ס׳איז דאָ גאָר אַן אַנדער הסברה.
כאָטש איך האָב מער־ווייניקער פֿאַרשטאַנען דעם פּשט פֿון יעדן וואָרט באַזונדער, האָב איך בכלל נישט פֿאַרשטאַנען, אַז אַויף אַזאַ אומקלאָרן אופֿן רעקלאַמירט מען אַ מאָל נאָך אַ פֿאַך וואָס איז אין גאַנצן אַן אומשולדיקע. די וואָס האָט באַשטעלט די רעקלאַמע, האָט געוואָלט לאָזן די לייענער צו וויסן, אַז זי קען העלפֿן קראַנקע עלטערע־לײַט, וואָס וואָלטן אַנדערש נישט געקענט בלײַבן בײַ זיך אין דער היים. אויף ענגליש הייסט דאָס אַ „Home Health Aide‟ און דווקא ניט קיין „Night Companion‟ געוויינטלעך, רעקלאַמירט מען זיי מיט אַ סך מער פּרטים - וועגן דערפֿאַרונג און מעדיצינישער טרענירונג.
גלײַך נאָך דעם, וואָס נאָך איין „פֿייסבוק‟־חבֿר מײַנער, דווקא אַ געוועזענער חסיד, האָט עס מיר מסביר געווען, האָב איך זיך גיך געכאַפּט, אַז דאָס איז דער ריכטיקער פּשט. אין אַ קולטורעלער סבֿיבֿה, אין וועלכער מע רעדט כּמעט בכלל נישט פֿון קיין סעקסועלע באַציִונגען, שוין אָפּגערעדט פֿון פּראָסטיטוציע, וואָלט מען קיינמאָל ניט געטראַכט וועגן דעם. די וואָס האָבן יאָ געטראַכט דערפֿון און אַרויפֿגעשטעלט דאָס בילד אויפֿן „פֿייסבוק‟, זענען מער באַהאַוונט אין דער ברייטערער אַמעריקאַנער קולטור, ווי ס׳רובֿ מענטשן וואָס לייענען די פֿרומע צײַטונג. די פֿרוי וואָס האָט באַשטעלט דעם אַנאָנס, האָט זיכער נישט געוווּסט דעם שמוציקן באַטײַט פֿון אַ „Night Companion‟, און אפֿשר אַפֿילו ניט געוווּסט, אַז „שלאָפֿן מיט‟ איז אויך אַן אייפֿעמיזם פֿאַר עפּעס וואָס מע טוט דווקא נישט בשעתן שלאָפֿן. און פֿאַרשטייט זיך, אַז „פֿאַרברענגען‟ איז דאָ נישט טײַטש „הוליען‟, נאָר „בלײַבן צוזאַמען מיט עמעצן‟.
דער עקלדיקער עפּיזאָד דעמאָנסטרירט איינע פֿון די הויפּט־סיבות, פֿאַר וואָס דאָס איבערזעצן קען זײַן מוראדיק שווער: מע דאַרף סײַ קענען צוויי שפּראַכן און סײַ קענען די פֿאַרשידענע קולטורן און סוב־קולטורן. הײַנט אויף ענגליש אָדער שפּאַניש וואָלט אַזאַ רעקלאַמע נאָר געקענט האָבן איין באַטײַט. אַפֿילו אויף ייִדיש מיט 80 יאָר צוריק וואָלט אַזאַ רעקלאַמע מסתּמא געקענט נאָר מיינען פּראָסטיטוציע. אָבער הײַנט אין די חסידישע צײַטונגען, אַז מע זעט אַ „יונגע פֿרוי‟ וואָס קען „שלאָפֿן מיט אײַך יעדע נאַכט‟, איז זי דווקא נישט קיין פּראָסטיטוטקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.