ריטשאַרד דשאָעל, דער פּרעזידענט פֿון „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟, האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן בילדונג־אַנשטאַלט לײַדט פֿון אַן „ערנסטן פֿינאַנציעלן מאַנגל‟. די ייִט״אַ האָט באַקומען אַ בליצפּאָסט, וועלכן דזשאָעל האָט צעשיקט די לעקטאָרן און מיטאַרבעטער, וווּ ער גיט איבער, אַז נאָכן פֿינאַנציעלן קריזיס אינעם יאָר 2008, האָט דער „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ אָנגענומען אַ ריי מאָסמיטלעך, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם פֿינאַנציעלן מצבֿ; דאָס איז אָבער נישט געווען גענוג.
דזשאָעל האָט צעשיקט זײַן בריוו דינסטיק בײַנאַכט, דעם 19טן נאָוועמבער. „מיר האָבן געפּרוּווט אויסצואַרבעטן אַ באַלאַנסירן בודזשעט און געהאָפֿט, אַז אינעם הײַנטיקן יאָר ווערט די סיטואַציע ווערן בעסער. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מיר האָבן אָנגעווענדט אַלע כּוחות דאָס צו דערגרייכן, האָבן מיר נישט מצליח געווען‟. דער פּרעזידענט טענהט, אַז די הוצאות אויף אָפּצוהיטן אַלע צווײַגן פֿונעם אוניווערסיטעט זענען גרעסער, ווי די הכנסה. דער פֿינאַציעלער מאַנגל איז געוואָרן צו גרויס.
דער דירעקטאָר פֿון קאָמוניקאַציע־ענינים בײַם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קאָמענטירט דעם בריוו.
דזשאָעל פֿירט שוין מער ווי צען יאָר אָן מיטן דאָזיקן חשובֿן אַנשטאַלט, וועלכער ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי די צענטראַלע בילדונג־אינסטיטוציע פֿאַר מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן. אונטער דזשאָעלס פֿירערשאַפֿט, האָט מען געזאַמלט אַ ראָקערד־ריזיקע סומע געלט אינעם יאָר 2007. אינעם יאָר 2006, האָט דער געשעפֿטסמאַן ראָנאַלד סטענטאָן געגעבן אַ מתּנה פֿון 100 מיליאָן דאָלאַר — די גרעסטע אין דער געשיכטע פֿונעם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟.
שפּעטער האָט זיך, אָבער, אָנגעהויבן דער קריזיס און אַנדערע צרות. דער אוניווערסיטעט האָט געליטן אַ שווערן היזק פֿון די דורכגעפֿאַלענע גרויסע אינוועסטיציעס אין בערנאַרד מיידאָפֿס שווינדלערײַ־סכעמע. דערנאָך, האָט די אינוועסטאָרן־קאָרפּאָראַציע „מודיס‟ געוואָרנט, אַז דער „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ איז געוואָרן ווייניקער פֿאַרלאָזלעך פֿאַר קרעדיטן. לעצטנס איז געקומען אַ נײַע מכּה: קאָמפּענסאַציע־תּבֿיעות פֿאַר סעקסועלע באַלעסטיקונגען אויף אַן אַלגעמיינער סומע פֿון 380 מיליאָן דאָלאַר.
דזשאָעל האָט נישט דערמאָנט די קאָנקרעטע סומעס און נישט דערקלערט, ווי אַזוי גענוי האָט מען געפּרוּווט צו לייזן די פֿינאַציעלע פּראָבלעמען. ער האָט בלויז באַמערקט, אַז דער אוניווערסיטעט וועט מוזן „ענדערן די מעטאָדן פֿון בילדונג‟ און צו פֿאָרמולירן „אַ נײַעם סטראַטעגישן פּלאַן‟, אַרײַנגערעכנט נײַע גראַדויִר־פּראָגראַמען. האָפֿנטלעך, וועט עס העלפֿן צו פֿאַרגרעסערן די הכנסה און צו שנײַדן די הוצאות.
דער פּרעזידענט אַליין איז אָבער ווײַט נישט קיין אָרעמאַן. אינעם יאָר 2011, האָט דער Forward איבערגעגעבן, אַז ער באַקומט די גרעסטע שׂכירות צווישן די אַמעריקאַנער ייִדישע קהילה־טוער — 879,821 דאָלאַר אַ יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.