מיט 2,000 יאָר צוריק, האָבן די מענטשן שוין גענוצט אַ ספּעציעלן קאַם, מיט ברייטערע ציינדלעך אויף איין זײַט און דינערע אויף דער צווייטער, כּדי צו פֿאַרריכטן די האָר און פּטור ווערן פֿון לײַז. נישט לאַנג צוריק, האָט דער אַרכעאָלאָג גי סטײַבל געפֿונען אַזאַ אוראַלטן הילצערנעם קאַם אויפֿן שטח פֿון דער באַרימטער ייִדישער פֿעסטונג מצדה. לויט זײַן מיינונג, זענען אַזעלכע אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן די וויכטיקסטע.
מצדה איז באַרימט ווי דאָס אָרט, וווּ די ייִדישע אויפֿשטענדלער האָבן העלדיש געקעמפֿט קעגן דער רוימישער אימפּעריע און זיך גענומען דאָס לעבן, כּדי זיך נישט אונטערצוגעבן דעם שׂונא. אַזעלכע פּשוטע שטוב־זאַכן, ווי דאָס קעמל, דערמאָנען אָבער, אַז די תּושבֿים פֿון מצדה זענען געווען רעאַלע מענטשן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרנומען, אַחוץ דעם העראָיִשן קאַמף, אויך מיט אַזעלכע טאָג־טעגלעכע ענינים, ווי דאָס אויסרייניקן די האָר פֿון די אינסעקטן.
סטײַבל, וועלכער פֿירט אָן מיט דער אַרכעאָלאָגישער גרופּע בײַם ירושלימער „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די אויסגראָבונגען פֿון דער מצדה־פֿעסטונג, האָט דערציילט, אַז צוזאַמען מיטן אוראַלטן קאַם האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿונען אויך די עלטסטע לויז אין דער וועלט. אַזעלכע אַרטעפֿאַקטן, ווי אַ שערבל מיטן אויפֿשריפֿט „שמעון בר יועזר‟, גיבן אַן אוניקאַלע מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אין דער וועלט פֿון די אַמאָליקע אײַנוווינער פֿון דער פֿעסטונג.
מיט 50 יאָר צוריק, האָבן די אַרכעאָלאָגן, בראָש מיטן לעגענדאַרן יגאל ידין, אָנגעהויבן די גרויסע אויסגראָבונגען פֿון מצדה. לכּבֿוד דעם יוביליי, האָט סטײַבעל, וועלכער באַטייליקט זיך שוין 20 יאָר אין די מצדה־פֿאָרשונגען, באַקענט אַ גרופּע ישׂראלדיקע זשורנאַליסטן, מיט עטלעכע פֿון זײַנע „פֿרײַנד‟, וועלכע האָבן אַמאָל געוווינט אין דער פֿעסטונג. הײַנט ווייסט ער שוין זייערע נעמען און קאָן דערציילן וועגן זייער לעבן — מיט וואָס פֿאַר אַ צאַצקעס זייערע קינדער האָבן זיך געשפּילט, און ווי אַזוי מע פֿלעגט אין יענע צײַטן באַקן ברויט.
בערך 800,000 טוריסטן, על־פּי־רובֿ אויסלענדער, באַזוכן מצדה יעדעס יאָר. צווישן די ישׂראלדיקע מערקווירדיקייטן, וווּ מע מוז באַצאָלן פֿאַרן אַרײַנגאַנג, איז עס דאָס פּאָפּולערסטע אָרט. צבֿיקה צוק, די הויפּט־אַרכעאָלאָגין בײַ דער ישׂראלדיקער „אינסטאַנץ פֿון נאַטור און פּאַרקן‟, האָט איבערגעגעבן, אַז אינעם פּעריאָד פֿון 1963 ביז 1965 האָבן אַרום 7,000 וואָלונטירן פֿון 18 לענדער — דער עיקר, פֿון ענגלאַנד — זיך באַטייליקט אין די מצדה־אויסגראָבונגען. דאָס איז געווען דער ערשטער גרויסער אַרכעאָלאָגישער פּראָיעקט, וואָס האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף דער הילף פֿון פֿרײַוויליקע ענטוזיאַסטן. דאָס קומענדיקע יאָר, פּלאַנירט די אינסטאַנץ צו אָרגאַניזירט צו פֿאַרבעטן די באַטייליקטע, צוזאַמען מיט זייערע משפּחות, אויף אַ צוזאַמענטרעף אין ישׂראל.
סטײַבל האָט געזאָגט, אַז נישט געקוקט אויף די כּסדרדיקע מאַסיווע אויסגראָבונגען, היט מצדה נאָך אַ סך סודות. לויט זײַן חשבון, האָט מען נאָך נישט געפֿונען בערך אַ דריטל פֿון די אויסבאַהאַלטענע אַרטעפֿאַקטן. ער האָט צוגעגעבן, אַז אַזאַ עלעמענטאַרע זאַך, ווי אַ בית־כּסא, האָט זיך נאָך נישט אײַנגעגעבן דאָרטן צו געפֿינען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.