די ייִדישע קהילה אין פּאַראַגווײַ האָט געשאַפֿן אַ נײַעם ייִדישן מוזיי, וווּ עס געפֿינט זיך דער ערשטער אינעם לאַנד צענטער פֿון חורבן־שטודיעס. דער מוזיי, וועלכער האָט זיך געעפֿנט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, טראָגט דעם נאָמען פֿון וואָלטער קאָכמאַן — אַ געוועזענער דירעקטאָר פֿונעם „העברעיִשן פֿאַרבאַנד‟ און דער „ישׂראלדיקער אַליאַנץ‟ אין פּאַראַגווײַ. קאָכמאַנס עלטערן זענען געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד און זענען אַנטלאָפֿן קיין פּאַראַגווײַ פֿון די נאַציס.
די פּאַראַגווײַער קהילה האָט געאַרבעט איבער דעם מוזיי במשך פֿון 11 יאָר. קאָכמאַן האָט געגרינדעט דעם פּראָיעקט, צוזאַמען מיט זײַן חבֿר אַלפֿרעדאָ זײַפֿערהעלד — אַ היסטאָריקער, זשורנאַליסט און לערער פֿון העברעיִש און ייִדישע טראַדיציעס.
די פּאַראַגווײַער משפּחה קאָן האָט מנדבֿ געווען אַ דרײַ־שטאָקיקן בנין פֿאַרן מוזיי. אין דער ערשטער סעקציע געפֿינט זיך אַן אויסשטעלונג וועגן ייִדישקייט; די צווייטע סעקציע איז געווידמעט דעם ייִדישן חורבן; די דריטע, קלענערע סעקציע, דערציילט וועגן דעם גורל פֿון די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין פּאַראַגווײַ.
אומבערטאָ איסמאַהאָוויטש, דער דירעקטאָר פֿונעם נײַעם מוזיי, האָט דערציילט דער נײַעס־אַגענטור „ABC‟, אַז איינע פֿון די צימערן אינעם בנין, געפֿאַרבט אין בלוי, איז געווידמעט דער פֿאַרבינדונג צווישן ייִדן, ישׂראל און פּאַראַגווײַ. דער צימער איז באַצירט מיט די פֿאָנען פֿון ביידע לענדער. צווישן אַנדערע עקספּאָנאַנטן זענען אינעם מוזיי אויסגעשטעלט אַ בראָנדזענע מנורה, אַ הילצערנער אָרון־קודש און אַ קליינע ספֿר־תּורה.
הײַנט וווינען אין פּאַראַגווײַ בערך אַ טויזנט ייִדן, לויט דער „ענציקלאָפּעדיע זשודאַיִקאַ‟. זונטיק האָט די צײַטונג „עסטאַדאַאָ‟ איבערגעגעבן, אַז אין אַן אַנדער דרום־אַמעריקאַנער לאַנד, בראַזיל, וווּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז אַ סך גרעסער, האָט די דײַטשישע רעגירונג אויסגעגעבן נישט לאַנג צוריק 369,000 דאָלאַר אויפֿן רעמאָנט פֿונעם ייִדישן מוזיי אין דער שטאָט סאַאָ־פּאַולאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.