אַן אויספֿרעג, דורכגעפֿירט פֿון דער גלאָבאַלער פֿירמע „ORC International‟, מיטן צענטער אין לאָנדאָן, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאָרשונגען פֿון געזעלשאַפֿטלעכע מיינונגען, האָט געוויזן, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער שטיצן דעם פּלאַן פֿונעם פּרעזידענט אָבאַמאַס אַדמיניסטראַציע אָפּצושוואַכן די סאַנקציעס קעגן איראַן, אויב די איראַנישע רעגירונג וועט אָפּשטעלן אַ טייל פֿון איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. די רעזולטאַטן פֿונעם אויספֿרעג זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דאָנערשטיק, דעם 21סטן נאָוועמבער, אויפֿן נײַעס־קאַנאַל „CNN‟.
56 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן געזאָגט, אַז עס וואָלט געווען כּדאַי אָפּצושוואַכן די עקאָנאָמישע סאַנקציעס, אויב די איראַנישע נוקלעאַרע אינסטאַנצן וועלן באַגרענעצן זייער פּראָגראַם און מסכּים זײַן צו פֿירן זי ווײַטער אונטער אַן אינטערנאַציאָנאַלן אויפֿזיכט. 39 פּראָצענט האָבן זיך אָפּגערופֿן נעגאַטיוו. דער אויספֿרעג, וואָס האָט אַרומגענומען 843 אַמעריקאַנער, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אויפֿן טעלעפֿאָן פֿון 18טן ביז 20סטן נאָוועמבער. „CNN‟ האָט געזאָגט, אַז די פּינקטלעכקייט פֿונעם רעזולטאַט איז פּלוס־מינוס 3.5 פּראָצענט.
דעם 19טן נאָוועמבער, האָט די צײַטונג „וואַשינגטאָן פּאָסט‟ דורכגעפֿירט אַן ענלעכן אויספֿרעג בשותּפֿות מיטן טעלעוויזיע־קאַנאַל „ABC‟, לויט וועלכן בלויז 30 פּראָצענט אַמעריקאַנער זענען געשטימט קעגן דעם אָפּמאַך מיט איראַן. 64 פּראָצענט האָבן געענטפֿערט פּאָזיטיוו אויף אַן ענלעכער פֿראַגע. אין פֿאַרגלײַך מיט „CNN‟, אָבער, האָט „ABC‟ פֿאָרמולירט די פֿראַגע אַ ביסל אַנדערש: צי ס׳איז כּדאַי אָפּצושוואַכן די סאַנקציעס, אויב איראַן וועט מסכּים זײַן צו בײַטן די נוקלעאַרע פּראָגראַם אויף אַזאַ אופֿן, וואָס עס וועט שווערער מאַכן צו שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע.
להיפּוך צו „CNN‟, האָט „ABC‟ זיך נישט פֿאָקוסירט אויף דער פֿראַגע, וואָס צעשיידט די פּאָזיציעס פֿון דער ישׂראלדיקער און אַמעריקאַנער רעגירונג: צי איראַן זאָל אָפּשטעלן די נוקלעאַרע פּראָגראַם אינגאַנצן, אָדער נאָר באַגרענעצן געוויסע אירע אַספּעקטן? דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, באַטאָנט, אַז מע קאָן אָפּשוואַכן די סאַנקציעס בלויז בתּנאַי, אַז איראַן זאָל זיך אינגאַנצן אָפּזאָגן פֿון דער נוקלעאַרער פּראָגראַם. אויב מע שטעלט עס אָפּ נישט אינגאַנצן, וועט איראַן נאָך אַלץ קאָנען, לויט נתניהוס מיינונג, שאַפֿן אַן אַטאָם־באָמבע. אַ טייל אַמעריקאַנער געזעצגעבער האַלטן אויך אַזוי.
לויטן אויספֿרעג פֿון „ABC‟, זענען בלויז 36 פּראָצענט אַמעריקאַנער זיכער, אַז דער פּלאַנירטער אָפּמאַך, וועלכער ווערט איצט באַהאַנדלט אין זשענעווע, וועט אויסשליסן די מעגלעכקייט צו שאַפֿן דאָס נוקלעאַרע וואָפֿן אין איראַן. 61 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע זענען נישט זיכער. דער אויספֿרעג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אויפֿן טעלעפֿאָן פֿונעם 14טן ביז 17טן נאָוועמבער, און האָט אַרומגעכאַפּט 1,006 מענטשן. דער נײַעס־קאַנאַל האָט איבערגעגעבן, אַז די פּינקטלעכקייט פֿונעם רעזולטאַט איז אויך פּלוס־מינוס 3.5 פּראָצענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.