זונטיק האָב איך זיך אויפֿגעוועקט, און סײַ פֿונעם קאָמפּיוטער-עקראַן, סײַ פֿון דעם טעלעוויזיע-עקראַן האָט אויף מיר אַ זעץ געטאָן די „היסטאָרישע‟ נײַעס — אייראָפּע, כינע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן זיך צונויפֿגערעדט מיט איראַן וועגן אַ צײַטווײַליקער פֿאַרבעסערונג פֿון באַציִונגען. דער ציל איז אַ קלאָרער: צו טעסטירן אויף אַ פּראַקטישן אופֿן די נײַע רעטאָריק, וואָס מע הערט לעצטנס פֿון טעהעראַן. איך נעם דאָס וואָרט „היסטאָרישע‟ אין גענדזן-פֿיסלעך ניט ווײַל איך וויל ווײַזן דערמיט, אַז איך האַלט די נײַעס פֿאַר אַ ניט קיין היסטאָרישער. אַדרבה, איך וויל פּשוט באַטאָנען, אַז איך ציטיר דאָס וואָרט אַזוי ווי עס ווערט גענוצט אין כּלערליי באַריכטן וועגן דעם אָפּמאַך.
די צוויי אויספֿרעגן, דורכגעפֿירט ניט לאַנג צוריק, גיבן אַ ביסל פֿאַרשיידענע ציפֿערן, אָבער דער סך-הכּל איז דער זעלביקער: ס‘רובֿ אַמעריקאַנער האַלטן אונטער אַזאַ מין שיטה פֿון פֿירן אונטערהאַנדלונגען מיטן איראַנער רעזשים. גלײַכצײַטיק איז אויך באַוווּסט, אַז ס‘רובֿ ישׂראלים זאָגן זיך אַרויס קעגן דער צײַטווײַליקער פּשרה, וועגן וועלכער מע האָט זיך צונויפֿגערעדט אין זשענעווע. וועגן דעם זאָגן עדות די אויספֿרעגן פֿון די ישׂראלדיקע תּושבֿים, און די ישׂראלדיקע פֿירערשאַפֿט מאַכט ניט קיין סוד פֿון זייער ביז גאָר נעגאַטיווער באַציִונג צו דער זשענעווער צונויפֿגערעדטקייט און באַשרײַבן זי ווי אַ „היסטאָרישן טעות‟.
וואָס קען אויף דעם זאָגן אַזאַ בשׂר-ודם ווי איך? איך האָב דאָך ניט קיין צוטריט צו קיין אינפֿאָרמאַציע, געקראָגן פֿון די אויסשפּיר-אַגענצן. דערצו בין איך ניט קיין מומחה אין איראַן, קען ניט קיין פֿאַרסי, האָב אפֿשר קיין מאָל ניט געלייענט קיין איראַנישן ראָמאַן, און געזען בלויז איין פֿילם, געמאַכט אין איראַן. הקיצור, איך בין אַן ערך אַזאַ טיפּ ווי אַ גרויסער, צי אַפֿילו דער גרעסטער, טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג.
און דאָך, ניט געקוקט אויף דער מינימאַלער קאָמפּעטענץ, זאָגט נאָר אַ קליינער חלק פֿון די אויסגעפֿרעגטע אַמעריקאַנער, ישׂראלים און אַנדערע לײַט, אַז זיי ווייסן ניט, ווי אַזוי אָפּצושאַצן דעם אָפּמאַך. בדרך-כּלל, האָט מען אַ מיינונג: ס‘איז גוט אָדער ס‘איז שלעכט. און די דאָזיקע צעטיילונג שפּיגלט אָפּ דעם אָדער יענעם צוגאַנג צום לייגן אַזעלכע פּראָבלעמען. די צעטיילונג אויף אַ פּאָזיטיווער און אַ נעגאַטיווער אָפּשאַצונג אַנטפּלעקט, אין תּוך אַרײַן, צוויי וויזיעס פֿון דער וועלט.
די וויזיע, וועלכע האָט געפֿירט צום פּרוּוו צו מאַכן מענטשלעכער די באַציִונגען מיט איראַן, איז באַזירט אויף דער האָפֿענונג פֿון געפֿינען אַ לייזונג פֿאַר פּראָבלעמען דורך דיפּלאָמאַטישע, עקאָנאָמישע צי אַנדערע ניט-מיליטערישע קאַנאַלן. בפֿרט נאָך, אַז דער פֿאַקט אַליין פֿון הערן פֿון טעהעראַן אַן אַנדער מין רעטאָריק, קען אויסגעטײַטשט ווערן ווי אַ סימן, אַז די עקאָנאָמישע סאַנקציעס אַרבעטן. ס‘איז אויך אַ סימן, בלי-ספֿק, אַז עפּעס קומט פֿאָר אין דער געזעלשאַפֿט גופֿא. אַ סבֿרא, אַז אַ סך יונגע איראַנער ווילן ניט מער לעבן איזאָלירט פֿון דער וועלט.
די צווייטע וויזיע איז לחלוטין אַן אַנדערע. לויט איר נאָך, קען מען זיך ניט פֿאַרלאָזן אויף קיין ווערטער, וועלכע מע הערט פֿון די איראַנישע פֿירער. זיי, די איראַנער, פֿאַרשטייען נאָר איין לשון — דעם לשון פֿון כּוח. מע דאַרף זיי שרעקן, און טאָמער דאָס העלפֿט אויך ניט, מוז מען זיי באָמבאַרדירן. די ערגסטע זאַך איז צו ווײַזן זיי, אַז אונדזער צד איז שוואַך.
און אָט די צוויי מינים טענות הערט מען פֿון אַלע זײַטן. די וואָס שטיצן דעם אָפּמאַך, לייגן זיך ניט קיין פֿייגעלעך אין בוזעם. זיי ווילן זען, צי מע קען גיין צום טיש מיטן איראַנער צד. ווער קען וויסן? אפֿשר איז עס אַ שאַנס צו בײַטן די וועלט צום בעסטן. וויפֿל מאָל איז עס שוין געשען אין דער געשיכטע, אַפֿילו אין די לעצטע יאָרן, ווען אַ ביטערער שׂונא פֿלעגט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שטיקל פֿרײַנד. מיר לייגט זיך די דאָזיקע לאָגיק אויפֿן שׂכל. אפֿשר וועט עס פֿירן צום אויססדרן אויך אַנדערע אָנגעווייטיקטע פֿראַגן, וועלכע זײַנען דירעקט צי אומדירעקט פֿאַרבונדן מיט איראַן.
די לאָגיק פֿון דעם צד-שכּנגד פֿאַרשטיי איך ניט. וואָס איז געשען אַזוינס שרעקלעכס? מע האָט די איראַנער דערלויבט צו מאַכן אַ נוקלעאַרע באָמבע? מע האָט אַראָפּגענומען אַלע סאַנקציעס? מע דאַרף אומבאַדינגט שטעלן איראַן אויף די קני? אָבער דאָס באַקומט זיך דאָך ניט. בפֿרט נאָך, אַז אויף דער וועלט זײַנען דאָ אויך לענדער, וועלכע ווילן עס ניט. אַמעריקע בלײַבט די מעכטיקסטע מדינה, אָבער זי דאַרף זיך רעכענען אויך מיט אַנדערע. ניט סתּם איז דאָך דער אָפּמאַך אונטערגעשריבן געוואָרן אויך דורך רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, כינע און גרויס-בריטאַניע.
ס‘איז קלאָר, אַז אַרום דעם אָפּמאַך וועט זײַן אַ היפּש ביסל היסטעריע. און זאָלן זיי, די פּאָליטיקער, זײַן היסטעריש. דאָס איז זייער אַרבעט. מיר, מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, האָבן אַ ברירה: אָדער זיך באַטייליקן אין דעם טאַראַראַם, אָדער פּשוט צוּוואַרטן, אַ קוק טאָן — וואָס פֿון דעם וועט זיך אויסטאַצן? אפֿשר טאַקע עפּעס גוטס?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.