פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען אַ טרויעריקע ידיעה: דער דיכטער, עסיייִסט פּראָזאַיִקער אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט איז אַוועק אין דער אייביקייט דעם 25סטן נאָוועמבער אין דער עלטער פֿון 86 יאָר. און ס‘האָט מיך ווי אַ פּאַטש געטאָן אין פּנים: סטײַטש, כ‘האָב דאָך ערשט באַקומען זײַן שפּאָגל־נײַ בוך „אַ משל זוכט אַ נימשל‟, מיט אַ לעבעדיקן האַרציקן וווּנטש פֿונעם מחבר. אין קאָפּ האָבן דעמאָלט אַ שווינדל געטאָן די עטלעכע קאַרגע ווערטער: „יישר־כּוח! כ‘בין זיכער, אַז כ‘וועל עס לייענען מיט גרויס אינטערעס, ווי אײַערע פֿאָריקע ביכער, אָבער קודם, שיק איך עס איבער צו מיכאל קרוטיקאָוון, אָנצושרײַבן אַ רעצענזיע…‟ דעם בוך האָב איך טאַקע באַלד אָפּגעשיקט, אָבער מיטן ענטפֿער זיך פֿאַרהאַלטן… ניין, פֿאַרשפּעטיקט.
איך געדענק אונדזער ערשטע טרעפֿונג, אין דער רעדאַקציע פֿון „די גאָלדענע קייט‟, אין 1991, אַ יאָר פֿאַר מײַן קומען אין ישׂראל. אַבֿרהם סוצקעווער איז גראָד נישט געווען, און באַגעגנט האָט מיך אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט. דאָס הייסט, ער איז געזעסן בײַ זײַן טיש און האָט געאַרבעט איבער אַ כּתבֿ־יד. אַ קוק געטאָן אויף מיר, אפֿשר מיט אַ טראָפּן מער אינטערעס, ווי אויף אַן אַנדערן גאַסט — פֿאָרט אַ יונגער שרײַבער, דערצו נאָך פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — האָט ער מיך געפֿרעגט די זעלבע פֿראַגע, וואָס ס‘איז מיר אויסגעקומען צו הערן כּמעט פֿון יעדן, מיט וועמען כ‘האָב זיך דעמאָלט אין ישׂראל געטראָפֿן: „נו, ווען קומט איר אַהער אויף שטענדיק?‟
איך האָב אים געענטפֿערט און דערהערט זײַן צווייטע פֿראַגע, וואָס פֿריִער האָט זי מיר קיינער נישט געשטעלט: „מיט וואָס זשע ווילט איר זיך דאָ פֿאַרנעמען?‟ האָב איך פֿאַרחידושט קורץ געענטפֿערט: „מיט ייִדיש‟. אין אַ רגע האָבן זיך זײַנע אויגן אָנגעפֿילט מיט מרה־שחורה, ווי כ‘וואָלט אים, חלילה, אַנטפּלעקט אַ טרויעריקע בשׂורה.
„איך האָב געהערט, איר זײַט אַ גוטער פֿידלער? — האָט ער שטיל צעוויקלט זײַן געדאַנק, — צוליב וואָס זשע דאַרפֿט איר זיך אָפּגעבן דאָ מיט ייִדיש?‟
אין דער באַרימטער רעדאַקציע האָב איך זיך לאַנג נישט פֿאַרהאַלטן. די קורצע טרעפֿונג האָט זיך מיר אָבער טיף אײַנגעקריצט אין זכּרון, נישט בלויז צוליב דער עצה פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, נאָר אויך צוליב זײַן ווײַטערדיקן זאָג, אַז ער אַליין וועט שוין, זעט אויס, מער קיין ביכער אין ייִדיש נישט אַרויסלאָזן.
עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מיר ביידע זײַנע גרויסע עקשנים; צום גרויסן גליק פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט זינט דעמאָלט אַרויסגעלאָזט 10(!) נײַע ביכער — פֿיר לידער־זאַמלונגען און זעקס פּראָזע־ווערק, צווישן זיי די אויטאָביאָגראַפֿישע „דורכן שפּאַקטיוו פֿון אַ זייגער־מאַכער‟ (פּרץ־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ, 2000); אַ מוסטער פֿון עסיייִסטישער פּראָזע „בלאָע ווינקלען: איציק מאַנגער — לעבן, ליד און באַלאַדע‟ (פּרץ־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ, 2002); „דורך פֿאַררייכערטע שײַבלעך (לייוויק־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿי, 2007) און אָט לעצטנס… ניין, דאָס לעצטע בוך „אַ משל זוכט אַ נימשל‟, וועגן אליעזר שטיינבאַרגס שאַפֿונג…
עמעצער האָט געזאָגט, אַז ווען עס שטאַרבט אַ מענטש, לעשט זיך אויס אַ שטערן אין הימל; ווען עס גייט אַוועק אַ פּאָעט, שײַנט אין הימל אויף זײַן שטערן נאָך ליכטיקער.
כּבֿוד זײַן ליכטיקן אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.