דער תּל־אָבֿיבֿער פּראָפֿעסאָר־היסטאָריקער שלמה זאַנד האָט באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ שרײַבער אַ כוליגאַן, ווען ער האָט אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 2009 זײַן בוך מיטן נאָמען „ווען און ווי אַזוי איז דאָס ייִדישע פֿאָלק דערפֿונדן געוואָרן?‟, וווּ ער דערקלערט, אַז ייִדן זענען בעצם אַ רעליגיזע גרופּע, און אַז דאָס פֿאַראייניקטע ייִדישע פֿאָלק ווי אַ וועלטלעכע נאַציע איז אַ מאָדערנע פֿיקציע, אויסגעטראַכט דורך די ציוניסטן. דאָס בוך האָט אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע שאַרפֿע אָפּרופֿן, פֿון שבֿחים ביזן הימל ביז פֿאַרביסענע באַשולדיקונגען אין זעלבסט־שׂינאה. זאַנדס חידוש איז באַשטאַנען אינעם פּראָוואָקאַטיוון נאָמען און דעם אויסקלײַב פֿונעם מאַטעריאַל. דער עצם־געדאַנק, אַז די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט איז באַגרינדעט אויפֿן זײַן אַ שומר־תּורה־ומיצוות, איז, אַוודאי, נישט קיין נאָווינע.
מיט אַ יאָר צוריק, האָט זאַנד אַרויסגעגעבן נאָך אַ בוך, וואָס הייסט „די דערפֿינדונג פֿון ארץ־ישׂראל‟. דאָרטן דערקלערט ער, אַז אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט ווערט ארץ־ישׂראל באַטראַכט ווי דאָס הייליקע לאַנד, פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער אמונה אין ביאת־המשיח, וועלכע האָט נישט קיין שײַכות צום ישׂראלדיקן נאַציאָנאַליזם.
נישט לאַנג צוריק, איז אַרויס דער לעצטער טייל פֿון זאַנדס טרילאָגיע, וואָס טראָגט אַ באַזונדערס „כוליגאַנישן‟ נאָמען: „ווי אַזוי און פֿאַרוואָס איך בין געוואָרן אויס ייִד‟. דער פּראָפֿעסאָר דערציילט דאָרטן וועגן זײַן פּערזענלעכער באַציִונג צו דער ייִדישער טראַדיציע און קולטור, און דערקלערט, פֿאַרוואָס ער קאָן זיך נישט ערנסט האַלטן פֿאַר אַ ייִד.
פֿאַרשטייט זיך, האָט דאָס בוך צוגעצויגן דעם אויפֿמערק סײַ פֿון די אַנטיסעמיטן, סײַ פֿון די ישׂראלדיקע רעכטע פּאַטריאָטן. בלויז אייניקע פֿון די, וואָס האָבן אָנגעהויבן גוואַלדעווען אין דער פּרעסע און אויף דער אינטערנעץ, האָבן אָבער איבערגעלייענט דאָס בוך ווי געהעריק אויף העברעיִש אָדער פֿראַנצויזיש. נישט לאַנג צוריק איז אַרויס אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון אַלכּסנדר עטערמאַן, באַגלייט מיט עטערמאַנס אייגענעם קאָמענטאַר און אַ שאַרף אַנטי־רעליגיעזער הקדמה.
פֿאַרוואָס זשע האָט זאַנד באַשלאָסן זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער ייִדישער אידענטיפֿיקאַציע? צו אַנטיסעמיטיזם אָדער זעלבסט־שׂינאה האָט עס נישט קיין שײַכות. אַדרבה, דאָס בוך איז געווידמעט דעם גרויסן ייִדישן טוער און דענקער וולאַדימיר מעדעם. דער פּראָפֿעסאָר איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1946 אין לינץ, עסטרײַך. זײַנע עלטערן, פּוילישע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, האָבן מיט אים גערעדט אויף ייִדיש. אינעם יאָר 1948 איז ער אַוועקגעפֿאָרן מיט זײַן משפּחה קיין יפֿו, וווּ ער איז דערצויגן געוואָרן ווי אַ וועלטלעכער לינקער ישׂראלי.
במשך פֿון דער צײַט, האָט זאַנד פֿאַרשטאַנען, אַז די וועלטלעכע ישׂראלדיקע קולטור האָט ווייניק צו טאָן מיט דער ייִדישער קולטור פֿון זײַנע קינדער־יאָרן. אַנשטאָט דעם באַגריף „דאָס ייִדישע פֿאָלק‟, דערמאָנט ער כּסדר „דאָס פֿאָלק פֿון ייִדיש‟. להיפּוך, שטעלן די ישׂראלים מיט זיך פֿאָר אַ נײַע נאַציע, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיט דער פֿאַרמלחמהדיקער ייִדישער קולטור. זאַנד איז אויפֿגעוואַקסן פֿון קינדווײַז אָן ווי אַ פּרינציפּיעלער אַטעיִסט; ייִדיש האָט ער, צו ביסלעך, כּמעט אינגאַנצן פֿאַרגעסן. ווי באַלד ער איז נישט פֿרום און נישט אַ ייִדיש־רעדער — האָט ער געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז ער איז דווקא אַ ישׂראלי — און נישט אַ ייִד. אָן רעליגיע און אָן דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער שפּראַך — נישט דער מאָדערנער העברעיִש, דאָס לשון פֿון דער נײַער ישׂראלדיקער נאַציע — האָט פֿאַר אים ייִדישקייט נישט קיין זין און נישט קיין ווערט.
ווען מע לייענט זאַנדס ביכער, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דאָס מאָדנע געמיש פֿון סימפּאַטיע און אַנטיפּאַטיע צו דער פֿרומער ייִדישקייט. אינעם בוך וועגן ארץ־ישׂראל דערמאָנט ער מיט דרך־ארץ דעם סאַטמאַרער רבין און באַטאָנט, אַז זײַן ווערק „ויואל משה‟ איז אַן „אויסערגעוויינטלעך וויכטיקער ספֿר‟. ער דערמאָנט אויך אַזעלכע באַרימטע רבנים, ווי דער רבי נחמן בראַצלעווער. די הײַנטיקע סאַטמאַרער חסידים זענען פֿאַר אים אַן אינדזל פֿונעם אַלטן „פֿאָלק פֿון ייִדיש‟, צו וועלכן ער באַציט זיך מיט גרויס סימפּאַטיע און נאָסטאַלגיע.
די וועלטלעך־לינקע ישׂראלדיקע דערציִונג דערלאָזט אָבער נישט זאַנדן צו באַציִען זיך ערנסט צו די הײַנטיקע חסידישע ייִדיש־רעדער. אין זײַן דריטן בוך טענהט ער כּסדר, אַז דאָס פֿאָלק פֿון ייִדיש איז הײַנט כּמעט טויט, ווײַל בלויז עטלעכע הונדערט טויזנט ייִדיש־רעדער, על־פּי־רובֿ שטאַרק פֿרומע, רעדן הײַנט אויף ייִדיש.
פֿון צײַט צו צײַט, טרעט זאַנד אַרויס מיט בפֿירוש אַנטי־רעליגיעזע אַרויסזאָגונגען. עס קאָן זײַן, אַז דאָ שפּיגלט זיך אָפּ זײַן געוווינשאַפֿט צו דער וועלטלעכער פֿראַנצויזישער קולטור; במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, האָט ער געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר אין פּאַריז. ווען אַ טיפּישער וועלטלעכער פֿראַנצויז דערמאָנט רעליגיע, מוז ער צוגעבן עפּעס נעגאַטיווס, אויב ער וויל נישט קלינגען ווי אַן אַלטפֿרענקישער אָבסקוראַנטיסט. אין אַ שמועס מיטן ייִדישן „פֿאָרווערטס‟, האָב איך אָנגעהויבן רעדן מיט זאַנדן אויף ייִדיש. ער האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען און געפּרוּווט צו ענטפֿערן, אָבער נישט געקאָנט. זאַנד האָט געטענהט, אַז ער האָט פֿאַרגעסן דאָס מאַמע־לשון פֿון זײַנע קינדער־יאָרן. ער האָט געוווּסט וועגן אונדזער צײַטונג, אָבער זיך פֿאַרחידושט, אַז מיר רעדן און שרײַבן נאָך אַלץ אויף ייִדיש.
זאַנד האָט זיך אויך פֿאַרחידושט, ווען איך האָב אים געפֿרעגט: פֿאַרוואָס באַגראָבט ער דאָס ייִדיש־פֿאָלק, ווען אין ניו־יאָרק וווינען הײַנט הונדערטער טויזנט ייִדיש־רעדנדיקע חסידים? אַדרבה, די חסידישע באַפֿעלקערונג האַלט אין איין שטײַגן מיט אַ ריזיקן טעמפּ. אין סתּירה מיט זײַן אייגן בוך, האָט זאַנד געענטפֿערט, אַז ער גלייבט נישט אין אַזאַ סטאַטיסטיק. דערנאָך האָט ער צוגעגעבן, אַז ער ווייסט נישט גענוי. ער שרײַבט, אַז פֿיר כּוחות האָבן אומגעבראַכט די ייִדישע קולטור: די געצוווּנגענע עמיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע אין די מערבֿדיקע לענדער; די באָלשעוויסטישע רעוואָלוציע; דער חורבן; דער לעצטער קלאַפּ איז געווען ציוניזם. „אַזוי ווי באָלשעוויזם, האָט ציוניזם כּסדר צעשטערט די ייִדישע שפּראַך און קולטור‟.
דער פֿינצטערסטער פּעריאָד פֿון סטאַלינס תּקופֿה האָט, אַוודאַי, געגעבן דער ייִדישער קולטור אַ שרעקלעכן קלאַפּ. פֿונדעסטוועגן, איז דווקא דער ראַטן־פֿאַרבאַנד געווען דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וווּ עס האָט עקזיסטירט אַ ריזיקע סיסטעם פֿון מלוכישע ייִדיש־שפּראַכיקע שולן און אַנדערע קולטור־אַנשטאַלטן. אין דער שפּעטערדיקער צײַט, איז עס אויך געווען דאָס איינציקע לאַנד, וווּ אַ ייִדישער שרײַבער האָט געקאָנט באַקומען אַן אָפֿיציעלע שטעלע. צוליב דעם, באַטרעפֿן די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן דעם יאָדער פֿון דער הײַנטיקער ליטעראַטור אויף ייִדיש.
זאַנד האָט עס נישט געוווּסט. ער האָט געמיינט, אַז נאָכן דורכגעפֿאַלענעם טעריטאָריעלן פּראָיעקט אין ביראָבידזשאַן איז די ייִדישע קולטור אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד כּמעט אינגאַנצן אַוועק.
וואָס שײך די חסידים, האָט זאַנד איבערגעגעבן, אַז ער האָט טאַקע געשעפּט נישט ווייניק אידעען פֿונעם סאַטמאַרער רבין, ווען ער האָט געשריבן דאָס צווייטע בוך. ער טרעפֿט כּסדר חרדים, וועלכע באַציִען זיך פּאָזיטיוו צו זײַנע ביכער און גיבן אים עצות. נישט געקוקט אויף די אַנטי־רעליגיעזע עלעמענטן אין זאַנדס ווערק, זענען זיי מסכּים מיטן עצם־געדאַנק, אַז ייִדישקייט און ישׂראלדיקייט זענען צוויי באַזונדערע, און אַפֿילו היפּוכדיקע, ענינים. צווישן זײַנע אַנטי־רעליגיעזע אידעען, טענהט זאַנד אין זײַן לעצט בוך, אַז אַלע רעליגיעס, אַפֿילו די בעסטע, זענען „טעאָ־צענטרישע‟ און שטעלן גאָטס ווילן איבערן מענטשלעכן לעבן. די חסידים גלייבן אָבער, אַז גאָט איז אַלץ און אַלץ איז גאָט — „אין עוד מלבֿדו‟. דער אייבערשטער איז נישט „אויבן‟, נאָר איבעראַל, און אינעם צענטער פֿונעם וועזן שטייט דווקא דער מענטש, וואָס זײַן מיסיע באַשטייט אינעם אַנטפּלעקן געטלעכקייט אין זיך, אין די אַנדערע מענטשן, און אין דער וועלט. זאַנד האָט נישט געוווּסט פֿון אַזעלכע געדאַנקען און האָט באַמערקט, אַז זיי קלינגען ווי שפּינאָזעס פֿילאָסאָפֿיע, וואָס קומט אין סתּירה מיט זײַן השׂגה פֿון ייִדישקייט.
די הויפּט־קשיא איז: אויב זאַנד פֿילט אַ נאָסטאַלגיע נאָך ייִדיש, פֿאַרוואָס האַלט ער בלויז אינעם באַגראָבן און באַוויינען די אַמאָליקע גרויסע ייִדיש־וועלט, אַנשטאָט צו באַקענען זיך נעענטער מיט אירע הײַנטיקע צענטערס, וואָס אַנטוויקלען זיך גאַנץ לעבעדיק ווײַטער?
אַ סך קריטיקער האָבן באַמערקט, אַז זאַנדס דריט בוך האָט זיך באַקומען אַ סך שוואַכער — צו לעכערדיק — ווי די ערשטע צוויי. ווען ער וואָלט געוווּסט מער וועגן ייִדישקייט, וואָלט ער געקלונגען ווי אַ מין „אָפּגעפֿאָרענער‟ סאַטמאַרער חסיד, וועלכער באַציט זיך נעגאַטיוו צו פֿרומקייט און פֿאָרט האָט אַ געוויסע דרך־ארץ פֿאַר די חסידים. פֿונדעסטוועגן, קלינגט ער, אויף אַ היפּוכדיקן אופֿן, ווי אַ מין סקאַנדאַליעזער פּראָ־ייִדישיסט, וועלכער קאָן זיך נישט פֿאָרשטעלן אַ וועלטלעכן ייִד אָן ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.