די צרה ווען מע אידעאַליזירט די חסידים

The Trouble With Idealizing Hasidim


פֿון האָדי נעמעס (Forward)

Published November 27, 2013, issue of December 20, 2013.

די מאָדע־דיזײַנער ראַלף לאָרען און קאַלווין קלײַן פֿאַרקויפֿן נאָך נישט קיין שטרײַמלעך. אָבער איין מאָדע־קאָמענטאַטאָר, און אַ גרויסער עולם צוקוקער פֿון „יו־טוב‟ — האַלטן, אַז די חסידישע מלבושים, און די חסידים בכלל, האָבן אַ געוויסן חן.

אינעם ווידעאָ The Substance of Hasidic Style, אַ 16־מינוטיקער דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס מע האָט שוין געקוקט אויף דעם מער ווי 170,000 מאָל, באַשטייט פֿון אינטערוויוען מיט עטלעכע חסידים, און קאָנצענטרירט זיך אויפֿן חסידישן צוגאַנג צו מאָדע, צניעות, קהילה און אמונה.

דער פֿילם איז פּראָדוצירט געוואָרן דורך עליסאַ גודקינד און איר טאָכטער לילי מאַנדלבאַום — די גרינדער פֿון StyleLikeU, אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאָרשט אויס און פֿאַרשפּרייט פֿאַרשידענע צוגאַנגען צו דער מאָדע־קונסט. די פֿילמאָגראַפֿן באַציִען זיך צו דער חסידישער קהילה מיט דרך־ארץ, און אַפֿילו באַוווּנדערונג. גודקינד, וואָס באַצייכנט זיך ווי „אַ רעפֿאָרם און רעבעלירנדיקער ייִד‟, זאָגט, למשל, אַז די צײַט וואָס זי און אירע מיטאַרבעטער האָבן פֿאַרבראַכט צווישן די חסידים אין די קאַטסקיל־בערג, איז געווען „אַ 12־שעהיקע איבערלעבונג, וואָס האָט אונדז געענדערט אויף אייביק‟.

צום באַדויערן, קלינגט דער פֿילם אָבער אָפֿט מאָל ווי אַ פּראָפּאַגאַנדע־ווידעאָ פֿאַר חב״ד אָדער דער קירובֿ־אָרגאַניזאַציע „אש־התּורה‟. בשעת עס שפּילט אַ שיינע מוזיק אין הינטערגרונט, לויבן די אינטערוויויִטע די שיינקייט פֿון חסידיזם און פֿרומקייט. „מײַן טאַטע, און זײַן טאַטע, און אויך זײַן טאַטע, גייענדיק צוריק צום מאָמענט, ווען מיר האָבן באַקומען די תּורה בײַם באַרג סיני — יענע קייט איז קיין מאָל נישט אָפּגעריסן געוואָרן,‟ דערקלערט שלמה ראָזענבערג, אַ חסידישער סאַניטאַר.

אַ צווייטער חסרון איז וואָס גודקינד דערקלערט נישט דעם אונטערשייד צווישן די חסידישע שטראָמען. ווי קען מען דערקענען דעם חילוק צווישן אַ בראַצלעווער און אַ גערער חסיד? אַ „שומר אמונים‟ און אַ סאַטמערער חסיד? ס׳וואָלט געווען כּדאַי זיך צו דערוויסן דעם אונטערשייד צווישן די שוואַרצע בעקישעס און די גאָלדענע קאַפֿטאַנען, אָדער די באַזונדערע שטרײַמלעך פֿון יעדן חסידישן הויף.

גודקינד לויבט די חסידישע קהילות, וואָס „העלפֿן געטרײַ זייערע שכנים, אָן שום פֿאַרבינדונג מיט דער סענסאַציאָנעלער פּאָפּ־קולטור‟. פֿון דער אַנדערער זײַט, וואָלט געהאָלפֿן, ווען זי שילדערט די קהילה מיט אַ מער נואַנסירט בילד. עס זענען אויך דאָ חסרונות אין אַזוינע קהילות, וואָס זינדערן זיך אָפּ פֿון דער ברייטער געזעלשאַפֿט. ווען עמעצער פּרוּווט צו פֿאַרלאָזן די קהילה, קאָן דער רעזולטאַט זײַן טראַגיש, ווי דער זעלבסטמאָרד פֿון דער געוועזענער סקווערער פֿרוי, דעב טאַמבור; קינדער וואָס ווערן סעקסועל באַלעסטיקט, מײַדן אויס די פּאָליציי; און אין אַ צאָל חסידישע קהילות לויערט דער ועד־הצניעות איבער דער באַפֿעלקערונג, כּדי צו פֿאַרזיכערן די שטרענגסטע סטאַנדאַרטן פֿון באַשיידנקייט.

ווי אַן אור־אור־אייניקל פֿונעם בעל שם־טובֿ, באַוווּנדער איך אויך די פֿרישע נײַע כּוחות, וואָס דער חסידיזם האָט לעצטנס צוגעצויגן צום ייִדישן לעבן־שטייגער. איך אַליין בין הײַנט אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע טאָכטער, אָבער כ׳האָב נאָך אַלץ טיף הנאה פֿון דער חסידישער מוזיק, חסידישע דבֿרי־תּורה און דאַווענען. פֿון דעסטוועגן, וואָלט איך זיך געפֿילט זייער אומבאַקוועם צו שאַפֿן אַ פֿילם, וואָס שילדערט די חסידים ווי אַ קהילה אָן חסרונות.